70 יאָר נאָך דעם דערשײַנען פֿון זײַן באַרימטסטן טעקסט, װאָס האָט געזאָלט דינען װי אַן אַנאָנימער עדות פֿון לעבן אין װאַרשעװער געטאָ, איז ישׂראל צבֿי קאָליץ באַערט געװאָרן אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה.
אין נאָװעמבער 1946 האָט ישראל צבֿי קאָליץ פּובליקירט דעם מאָנאָלאָג אין דער בוענאָס־אײַרעסער „די ייִדישע צײַטונג”. יאָרן־לאַנג האָט די װעלט געמיינט אַז דער טעקסט קען פֿאַררעכנט װערן װי אַן עדות־זאָגן פֿון די געשעענישן אין װאַרשעװער געטאָ אין חודש אַפּריל 1946 און אַז ראַקאָװער איז דער װאָס דערציילט זײַן געשיכטע.
אָבער דער אמת איז אַז קאָליץ, אַ שרײַבער און אַ זשורנאַליסט װאָס איז אַרומגעפֿאָרן אַ װעלט, האָט פֿאַר דער צײַטונג אָנגעשריבן אַ בעלעטריסטישע אַרבעט, און ראַקאָװער איז געװען אַ פֿיקטיװער העלד. אפֿילו דער תּל־אָבֿיבֿער זשורנאַל „די גאָלדענע קייט„ האָט געשריבן װעגן ראַקאָװערן. אייניקע האָבן נאָך פֿאַרגלײַכט דעם טעקסט צו „רינגעלבלומס טאָגבוך” און צו יצחק קאַצענעלסאָנס „ליד פֿון אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק”.
קאָליץ האָט אויך אָנגעשריבן דעם טעקסט פֿון דעם ערשטן ישראלדיקן לאַנג־פֿילם „דאָס בערגל 24 ענטפֿערט נישט”, פֿון יאָר 1954, װו ער באַשרײַבט עפּיזאָדן פֿון די מלחמות ערבֿ דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה.
געבוירן אין װילנע, געלערנט אין דער באַרימטער סלאָבאָדקער ישיבה, האָט קאָליץ אין 1937 זיך באַזעצט אין ירושלים, געװען אַ שפּיאָן, געװוינט נאָך דעם אין בוענאָס־אײַרעס און זיך שפּעטער באַזעצט אין ניו־יאָרק, װו ער איז געשטאָרבן דעם 29סטן סעפּטעמבער 2002. פֿאַר זײַן טויט האָט ער געשריבן פֿאַר אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטונגען און געלערנט קורסן אין ייִדישן טעאָלאָגאָשן סעמינאַר.
אין דעם רעגירונג־הויז פֿון דער פּראָװינץ סאַנטאַ פֿע האָט מען באַערט דעם אָנדענק פֿון גלח אַלפֿאָנסאָ דוראַן, דער פּיאָנער פֿון צװישן־רעליגיעזן דיאַלאָג אין אַרגענטינע. ער איז אויך געװען אַן אָנגעזעענער שרײַבער, פּאָעט, לערער און היסטאָריקער װאָס האָט כּסדר געאַרבעט אַז דער אַנטיסעמיטיזם און דער ראַסיזם זאָלן פֿאַרשװינדן װערן אין דער פּראָװינץ. בײַ דער געלעגנהייט האָבן באַקומען אַ װאָרט דער גובערנאַטאָר כאָרכע אָביעד, ריקאַרדאָ פֿאַערמאַן, פֿון װאַלענבערג־צענטער, דער סאַנטאַ־פֿעער אַרציבישאָף. אַלפֿאָנסאָ דוראַן איז געבוירן געװאָרן אין 1883 אין פּוערטאָ ריקאָ און איז באַלד געקומען קיין סאַנטאַ פֿע מיט זײַנע עלטערן. ער איז געשטאָרבן אין 1954 און האָט זײַן גאַנץ לעבן באַקעמפֿט דער אַנטיסעמיטיזם און דעם נאַציזם.
דעם 26סטן נאָװעמבער האָט דער ישׂראלדיקער פֿילם „מענטשן װאָס זײַנען נישט איך” (People That Are Not Me) באַקומען די ערשטע פּרעמיע אין דעם 31סטן אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיװאַל אין מאַר דעל פּלאַטאַ. די אויסצייכענונג טראָגט דעם נאָמען פֿון מוזיקער אַסטאָר פּיאַצאָלאַ װאָס איז געבוירן געװאָרן אין דער אַרגענטינער שטאָט, װאָס איז באַרימט פֿאַר אירע פּליאַזשעס. דער ערשטער פֿילם פֿון דער יונגער רעזשיסאָרין הדס בן־אראָיאַ, 28 יאָר אַלט, װאָס איז אויך די הויפּטהעלדין, באַהאַנדלט די זוכענישן פֿון ליבע פֿון אַ יונג ישׂראלדיק מיידל.
דעם 15טן נאָװעמבער 1573 איז געגרינדעט געװאָרן די שטאָט סאַנטאַ פֿע, האָט מען בעת די הײַיאָריקע פֿײַערונגען אין דער אַרגענטינער פּראָװינץ באַערט די ערשטע ייִדישע אַגראַר־קאָלאָניע, „קרית משה”, װאָס איז גלײַך באַקאַנט געװאָרן װי „מאָזעסװיל”. אויף דער אויסשטעלונג װאָס דערמאָנט די בײַטראָגן פֿון די סאַנטאַ־פֿעער אימיגראַנטן האָט דער ייִדישער ישובֿ פֿאַרנומען אַ װיכטיק פּלאַץ.
דעם 19טן נאָװעמבער האָט דער צענטער „מאַקס נאָרדוי” אין לאַ פּלאַטאַ, אַן אינסטיטוציע װאָס איז אײַנגעשלאָסן אין „איקוף”, פּרעזענטירט דאָס בוך „אַרגענטינע, ייִדן און קאַמאַראַדן” פֿון דער יונגער פֿאָרשערין מעלינאַ װיסאַקאָװסקי. דאָס בוך אַנאַליזירט די קולטור־אַרבעט פֿון די אַזוי־גערופֿענע פּראָגרעסיװע ייִדישע אינסטיטוציעס אין דער הויפּטשטאָט פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס; זייער קאַמף קעגן נאַציזם אין די 1930ער יאָרן, װען לאַ פּלאַטאַ איז געװען אַ נאַצישער צענטער; די ייִדישע שול און די ביבליאָטעק.
עמנואל קאַהן, מרים בעלפֿער, סאָפֿיאַ רעשעס, אַלעקסאַנדער הירש, און האָראַסיאָ בילקיס האָבן דערציילט װעגן זייערע דערפֿאַרונגען אין דער שול און אין דער קהילה און מעלינאַ האָט דערקלערט וואָס פֿאַר אַ טיפֿן רושם עס האָט געמאַכט אויף איר וואָס די אָרעמע אימיגראַנטן האָבן זיך דעמאָלט אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער קולטור-אַרבעט אָן קיין שום עקאָנאָמישע מיטלען.
דער כאָר האָט געשלאָסן דעם אָװנט מיט ייִדישע לידער װאָס דער עולם האָט מיטגעזונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.