אַלע רוסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אויסגעדריקט סאָלידאַריטעט מיט מדינת־ישׂראל צוליב די אונטערצינדונגען פֿון וועלדער איבערן לאַנד. די רוסלענדישע רעגירונג האָט אָנטייל גענומען אין דער אינטערנאַציאָנאַלער הילפֿאַקציע בײַם אויסלעשן די וועלדער־פֿײַערן. זי האָט געשיקט קיין ישׂראל אַן אַעראָפּלאַן־אַמפֿיביע וואָס קען שעפּן פֿונעם ים און איבערטראָגן ביז 12 טאָן וואַסער.
אַן אַנדער ידיעה וואָס ווערט די לעצטע טעג צום מערסטן אַרומגערעדט אין ייִדישע קרײַזן אין רוסלאַנד, איז פֿאַרבונדן מיט דער טעמע פֿון חורבן אין מאָדערנער קונסט. אין איינעם פֿון די „אײַז־ספּעקטאַקלען‟ האָבן אַ פּאָר גליטשערס פֿאָרגעשטעלט אַ טאַנץ, ניצנדיק די מאָטיוון פֿונעם פֿילם „דאָס לעבן איז שיין‟ פֿון ראָבערטאָ בעניני. זייערע קאָסטיומען זענען געווען ענלעך אויף די אוניפֿאָרמען פֿון לאַגער־קאַצעטניקעס. דער רעזשיסאָר פֿונעם טאַנץ איז אַ באַרימטער אין דער וועלט פֿון אײַז־גליטשערײַ: דער געוועזענער גליטשער און וועלט־טשעמפּיאָן — איליאַ אַווערבוך. דער טאַנץ האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסן סקאַנדאַל: די גליטשערס האָט מען באַשולדיקט אין מחלל זײַן דעם זכּרון פֿונעם חורבן און אין באַליידיקן די ייִדן. אָבער ביידע ייִדישע רעליגיעזע קהילות פֿון רוסלאַנד — אי חב”ד אי די ליטוואַקעס — האָבן געשטיצט די גליטשערס און דערקלערט, אַז זיי זעען ניט אינעם טאַנץ קיין שלעכטע כּוונות.
צו די אַנדערע נײַעס: זונטיק דעם 27סטן נאָוועמבער איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ פֿעסטיוואַל, „שלום ישׂראל‟, אָרגאַניזירט פֿון דער „סוכנות‟. אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל האָט דער עולם באַקומען אַקטועלע אינפֿאָרמאַציע וועגן מדינת־ישׂראל, איר קולטור, שטייגער און קולינאַרע טראַדיציעס, זיך געטראָפֿן מיט פֿאַרטרעטער פֿון מוניציפּאַליטעטן און אַנדערע אַנשטאַלטן פֿון ישׂראל, אָנטיילגענומען אין פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן, און געניסן פֿון אַ קאָנצערט פֿון ישׂראלדיקע זינגער.
אינעם אוניווערסיטעט פֿון סאַנקט־פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג, געווידמעט דעם חורבן, אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיטן רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס, דעם בילדונג־מיניסטעריום און דעם פֿאָרשונג־צענטער „חורבן‟. עס ווערן אויסגעשטעלט דאָקומענטן, פֿאָטאָבילדער און צייכענונגען פֿון אַ צענדליק אַרכיוון פֿון רוסלאַנד און אייראָפּע. אַ גרויסער טייל פֿון דער עקספּאָזיציע דערציילט וועגן דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ. באַזונדערס גייט די רייד וועגן סעמיאָן בעספּראָזוואַני, דער סאָוועטישער אָפֿיציר, וואָס איז דער ערשטער אַרײַן אינעם לאַגער — און איז באַלד נאָך דעם אומגעקומען אין שלאַכט.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט דורכגעפֿירט אַן אָוונט אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי. דער אָוונט האָט געהייסן „הרבֿ עמנואל קאַנט און זײַן השפּעה אויף דער ייִדישער אינטעלעקטועלער טראַדיציע‟ און איז געווען געווידמעט דער אויסגאַבע פֿון דער רוסישער איבערזעצונג פֿון שלמה מימונס [מײַמאָנס] „אויטאָביאָגראַפֿיע‟, וואָס איז אַרויס אין אָקטאָבער 2016. דער ייִדישער פֿילאָסאָף שלמה מימון האָט זיך איבערגעשריבן מיט קאַנט און איז געווען צווישן זײַנע אינטערעסאַנטסטע קריטיקער. וועגן מימונען, זײַן לעבן און זײַן בוך האָט דערציילט דער היסטאָריקער פּראָפֿעסאָר סעמיאָן יאַקערסאָן, און נאָך דעם האָבן דרײַ פֿאָרשער — אורי הערשאָוויטש, איליאַ דבֿורקין און יואל רגבֿ — געהאַלטן זייערע רעפֿעראַטן וועגן דער השפּעה פֿון קאַנט אויפֿן מאָדערנעם יהדות.
די סטודענטן־אָרגאַניזאַציע „הלל‟ האָט לאַנסירט אַ נײַעם פּראָיעקט: אַ פֿרײַען קורס פֿון העברעיִש פֿאַר אַלע וואָס ווילן זיך לערנען. די לעקציעס קומען פֿאָר אין איינער פֿון די צענטעראַלע מאָסקווער ביבליאָטעקן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.