ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

עלזשביעטאַ פֿיצאָווסקאַ
עלזשביעטאַ פֿיצאָווסקאַ

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 06, 2016, issue of December 28, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִדישער מוזיי באַערט אָרגאַניזאַציע „זשעגאָטאַ‟, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַציס

עלזשביעטאַ פֿיצאָווסקאַ איז געווען 18 חדשים אַלט ווען מען האָט זי אַרויסגעשמוגלט אין אַ פּושקע פֿון דער וואַרשעווער געטאָ. צווישן די ווינדלעך אין דער פּושקע איז געווען באַהאַלטן אויך אַ לעפֿעלע מיט איר נאָמען און געבורטס דאַטע.

געראַטעוועט דאָס עופֿעלע האָט די פּוילישע אָרגאַניזאַציע „זשעגאָטאַ‟. דער ייִדישער מוזיי מערקט אָפּ די טעג 74 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון „זשעגאָטאַ‟ און האַלט לעקציעס וועגן דער געשיכטע פֿון דער אָרגאַניזאַציע.

תּלמידים פֿון די וואַרשעווער גימנאַזיעס טרעפֿן זיך מיט עלזשביעטאַ פֿיצאָווסקאַ און הערן פֿון איר וועגן דער „זשעגאָטאַ‟־אָרגאַניזאַציע וואָס איז געווען דער איינציקער מלוכישער אָרגאַן אין די אָקופּירטע אייראָפּעיִשע לענדער געווידמעט דער רעטונג פון ייִדן פֿון די נאַציס. די פּוילישע רעגירונג אין לאָנדאָן האָט געשטיצט און מיטגעהאָלפֿן מיט דער אַקציע פון „זשעגאָטאַ‟ דאָ אין לאַנד.

עלזשביעטא פֿיצאָווסקאַ איז לעבן געבליבן אַ דאַנק אַ פּוילישער משפּחה וואָס האָט זי אַדאָפּטירט. לימים האָט זי חתונה געהאַט מיטן באַרימטן פּוילישן פּאָעט און פֿילאָסעמיט, יעזשי פֿיצאָווסקי. פֿיצאָווסקי איז פֿון תּמיד אָן געווען אַ גרויסער אוהבֿ־ישראל. ער האָט איבערגעזעצט קאַצאַנעלסאָנס „דאָס ליד פֿונעם אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟ אויף פּויליש. אַ קאָלאָסאַלע אַרבעט.

אַ דאַנק אים איז אויך דער גרויסער ייִדישער־פּוילישער שרײַבער ברונאָ שולץ באַקאַנט געוואָרן אין פּוילן און שפּעטער אויף דער גאַנצער וועלט.


ישׂראל איז מער נישט קיין מקום־מקלט פֿאַר עלטערע ייִדן ווינטערצײַט

דער ווינטער איז דאָ. וואַרשע איז בילד שיין מיט די שניי באַדעקטע דעכער און גערטנער. די קינדער בויען שניי־באַלוואַנעס און די שמחה איז גרויס.

אָבער נישט פֿאר אַלעמען.

אַ סך טראָטואַרן זענען באַדעקט מיט שניי און אײַז און פֿאַר די וואַרשעווער, ספּעציעל פֿאַר די שוין נישט יונגע, איז דאָס ממש אַ געפֿאַר. מענטשן גליטשן און ברעכן הענט און פיס. צום באַדויערן, קעפּ אויך.

פֿאַר עלטערע מענטשן אין דער קליינער ייִדישער קהילה איז דאָס ווארעמע ישראל געווען אַ מאָל א מקום מקלט פֿאַר די עלטערע יאָרן. דער מרחק צווישן וואַרשע און תּל־אָבֿיבֿ איז כמעט דער זעלבער ווי צווישן ניו יאָרק און מיאמי. פֿליען פון וואַרשע קיין תּל־אָבֿיבֿ איז אַ סך ביליקער. נאָר וואָס זשע? פֿאַר פּענסיאָנירטע פּוילישע ייִדן איז תּל־אָבֿיבֿ געוואָרן זייער טײַער.

די סיבות? אין די לעצטע יאָרן האָט די פּוילישע זלאָטע פֿאַרלוירן זייער אַ סך פֿון איר ווערט אין פֿאַרגלײַך מיטן שקל. הייסט עס אז די פּענסיע וואָס די פּוילישע ייִדן באַקומען איז געוואָרן אין דער אמתן פֿופֿציק פּראָצענט קלענער פֿאַר די וואָס קומען קיין ישראל. נאָך אַ זאַך. אין די לעצטע צען יאָר איז דער פּרײַז פֿון די דירות אין וואַרשע געבליבן דער זעלבער. אין ישראל אָבער, האָט ער זיך כּמעט פֿאַרטאָפּלט.

צוליב די אַלע סיבות איז ישראל נישט געוואָרן פֿאַר אונדז אַ זוניק לאַנד פֿאַר עלטערע ייִדן, אַזוי ווי פֿלאָרידע איז פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן.