אַמאָליקע יאָרן, ווען מיר זענען געווען פֿיל־פֿיל ייִנגער, פֿלעג מען אין דער עפֿנטלעכער געזעלשאַפֿט אָפּמערקן אַ יובֿל פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, אַ דיכטער, אַ פֿאַרדינסטפֿולן זשורנאַליסט, אַ באַקאַנטן פֿאָרשער, אָדער אַ דערציִער. אָבער הײנטיקע צײַטן, ווען ייִדישע שרײַבער און דיכטער זענען שיִער ניט געוואָרן מער ווי „אחד בעיר ושנים במדינה” און ווען כּמעט יעדער אייערנעכטיקער „צוציק” איז ווייניקסטן אַ בן־חמישים צי אַ בן־שישים, קומען אָן און פֿאַרגייען ס׳רובֿ פון די פּריוואַטע יובֿל־פֿײַערונגען כּמעט אין גאַנצן אָן אַ וועלכן־ניט־איז געזעלשאַפֿטלעכן אַפּקלאַנג.
די וואָך, דעם 5טן דעצעמבער, איז דער ייִדישער פּאָעט און עסיייִסט משה לעמסטער טאַקע געוואָרן אַ בן־שבֿעים.
לויט די הײַנטיקע השׂגות איז זיבעציק שוין מער ניט אַזוי אַלט ווי מיט אַ דור־צוויי צוריק, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם היפּש־דערווײַטערטן עבֿר פֿון אונדזערע פֿאַרצײַטיקע חכמים, ווען מע האָט געהאַלטן אַז „בן־שישים — לזקנה” און „בן־שבֿעים — לשיבֿה”. עס איז אָבער דאָך אַ דערהויבענער שעת־כּשר האַרציק צו באַגריסן משה לעמסטער מיט זײַן יובֿל און צו ווינטשן אים געזונט, פֿרייד און נחת! און די אַלע גוטע זאַכן זאָלן ביי אים ווײַטער אויף לאַנגע יאָרן זײַן געבענטשט און געפּאָרט מיט זײַן חנעוודיקער און ליריש־דערפֿינדערישער שעפֿערישקײט!
דער נאָמען לעמסטער, און דווקא ווי „מישע לעמסטער”, האָט צוגעצויגן מײַן אויפֿמערק נאָך אין די 1980ער, ווען זײַנע לידער און אַרטיקלען האָבן אָנגעהויבן זיך צו באַווײַזן אין די „יוגנט”־נומערן פֿונעם אָמאָליקן חודש־זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד”.
אָבער מײַן סאַמע ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט משהן איז פֿאָרגעקומען אין איינעם אַן אָוונט אין 1996 אויף אַ ליטעראַרישן אָוונט אין „בית־לייוויק” אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָרט צווישן אַנדערע האָב איך געטראָפֿן אַ צעשטראַלטן אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש ע״ה. צעשטראַלט איז ער געווען דערפֿאַר ווײַל ער האָט ערשט אַראָפּגעבראַכט פֿון דער דרוקערײַ די סאַמע ערשטע דרײַ עקזעמפּלאַרן פֿון משהס ערשטן בוך לידער, „אַ ייִדישער רעגן”. קאַרפּינאָוויטש איז טאַקע געווען דער אַרויסגעבער פֿון יענעם בוך. ס׳הייסט נאָמינאַל איז דאָס אַרויס אין „פּרץ־פֿאַרלאַג” (וואָס האָט נאָך דאַן ווי־ניט־איז געזשיפּעט), אָבער הלכה־למעשׂה איז דאָס אַרויס נאָר אַ דאַנק קאַרפּינאָוויטשעס באַגײַסטערטער איניציאַטיוו, צום טייל אויך מיט זײַן אייגענער פֿינאַנציעלער שטיצע.
צוריק פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין ירושלים בין איך שוין יענע נאַכט געפֿאָרן מיט איינעם פֿון די סאַמע ערשטע עקזעמפּלאַרן פֿון משה לעמסטערס ערשטן בוך און זיך גלײַך באַקענט מיט זײַנע טאַלאַנטירטע און חנעוודיקע אייגנאַרטיקע שאַפֿונגען.
אָט זײַנען אויף־צו־טועם־זײַן — מערניט בלויז צוויי — קורצע לידער זײַנע, אַרויסגעכאַפּטע פֿון צווישן די אַ הונדערט אַנדערע, וואָס זײַנען אַרײַן אין יענעם ערשטן בוך:
צוויי „איך” אין מיר וווינען בשכנות,
צוויי „איך” אין מיר אומרויִק וואַכן,
איין „איך” האָט ליב צו וויינען,
דער צווייטער — האָט ליב צו לאַכן.
בײַ גרויסע צרות, בײַ קליינע,
ליידן ווען כ׳האָב, צי נחת —
איין „איך” האַלט אין איין וויינען,
דער צווייטער — האַלט אין איין לאַכן.
דער פֿריילעכער „איך” איז מיר היימיש.
אים וואָלט געגעבן די מאַכט איך.
נאָר ווען איין „איך” הערט אויף צו וויינען,
איז דער צווייטער — הערט אויף צו לאַכן.
אין אַ ייִדישן שטעטל
אַ ייִדישע מאַמע האָט מיך געבוירן.
זײַן אַ ייִד איז מײַן פֿאַרחתמעטער גורל.
כ׳טראָג אויף זיך די דאָזיקע לאַסט
און האַלט ניט אויף קיינעם
אין האַרצן קיין כּעס.
די לאַסט ווערט שווערער
פֿון יאָר צו יאָר.
מיר זײַנען געוואָרן
אַן אייביקע פּאָר.
נאָר אונטער איר שווערקייט
וועל איך ניט קניִען,
אַדאַנק איר שווערקייט
קאָן איך דאָך פֿליִען.
פֿיר יאָר שפּעטער האָבן מיר — משה און איך — זיך טאַקע אויף אַן אמת געטראָפֿן פּנים־אל־פּנים אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין פּאַריז. זינט דעמאָלט, ווי מע זאָגט עס בײַ ייִדן, „דבֿקה נפֿשי בנפֿשו”. ניט נאָר זײַן עכט באַחנטע פּאָעזיע, נײַערט ער, דער פּאַרשוין אַליין, איז מיר געוואָרן האַרציק נאָענט אין ברידערלעך אייגן. זינט דעמאָלט האָבן מיר אַ סך פֿאַרבראַכט און אויך אויסגעפּרוּווט איינער אויפֿן אַנדערן אונדזערע השׂגות איבער דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, ווי אויך יעדערער מיט זײַנע אייגענע פּאָעטישע כּלים און שעפֿערישע פּלענער.
מיר האָבן אויך אַ סך צוזאַמעגעאַרבעט אויף אַ ריי ייִדישע עטנאָגראַפֿישע יאַזדעס, אָדער ווי משה רופֿט זיי — „פֿאָלקלאָר”־עקספּעדיציעס אין אוקראַיִנע, באַסאַראַביע, בוקאָווינע, רומעניע און אונגאַרן. פֿאַרשריבן אויך אינטערוויוען מיט עלטערע ייִדן אין ישׂראל. ניט זעלטן האָט משה יענע עקספּעדיציעס און אירע טיפּן באַשריבן אָדער געצויגן פֿון זיי באַגײַסטערנדיקע פּערל פֿאַר זײַנע פֿאַרכאַפּנדיקע אַרטיקלען אין „פֿאָרווערטס”.
ס׳איז געווען אַ פֿרייד נאָכצופֿאָלגן זײַן טיף פּראָפֿעסיאָנעלע אַרבעט איבערן צווייטן שטאַרק געראָטענעם בוך זיינעם — „אַמאָל בראשית” (געקליבענע לידער און פּאָעמעס 2007-1982), וואָס איז אַרויס אין לייוויק־פֿאַרלאַג אין תּל־אָבֿיבֿ אין 2008. כ׳בין אויך געווען מזלדיק בײַצוזײַן אין ישׂראל ווען ער איז באַלוינט געוואָרן מיט דער שוואַרצמאַן־פּרעמיע אין 2004 און מיט דער יעקבֿ פֿיכמאַן פּרעמיע אין 2007.
ס׳איז אָבער לאוו דווקא מײַן כּוונה אַצינד אויסצורעכענען אַלע זײַנע שעפֿערישע, אַקאַדעמישע, זשורנאַליסטישע און אַפֿילו שפּראַך־לערערישע דערגרייכונגען אי פֿריִער אין מאָלדאָווע, און זינט 2000 — אין ישׂראל. עס גייט אין דעם אַז זיקנה, שוין אָפּגערעדט שיבֿה, פּאָרן זיך לחלוטין ניט מיט דעם יונג־ברויזנדיקן געשטאַלט פֿון אונדזער בעל־יובֿל, משה לעמסטער. ער דאַרף זיך ניט „מאַכן” יונג, צי יונגעוואַטע, נאָר ער איז בפֿירוש אַ יונגער — אַזאַ אומגעצוימטן יוגנטלעכן חן קאָן פֿאַרמאָגן נאָר אַ מענטש וואָס די זיקנה קאָן אויף אים ניט גובֿר זײַן, און ער בלײַבט, גאָט־צו־דאַנקען, ווײַטער יונג אויף־צו־להכעיס דעם קאַלענדאַרישן עלטער זײַנעם.
משה לעמסטער איז שוין פֿון לאַנג־אָן אַ רײַפֿער שרײַבער, וועלכער הערט נאָך אַלץ ניט אויף צו עקספּערעמענטירן מיט זײַן פּאָעטישן קלאַפּער־געצײַג און איז שטאַרק שעפֿעריש אי אין פּאָעזיע, אי אין קינסטלערישער און דאָקומענטאַלער פּראָזע. אַחוץ דעם איז ער אויך אַ באַליבטער לערער פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין אַ ריי קורסן אין בת־ים, רחובֿות און ראשון־לציון. אין זײַן נײַסטן ציקל לידער — ער האָט אים אָקערשט גענומען אַרויסשטעלן בײַ זיך אויפֿן „פֿייסבוק” — גייט טאַקע די רייד איבער דעם פֿילאָסאָפֿיש־פּאָעטישן מהות פֿון דער וועלט, פֿון דעם מענטשנס לעבן און גורל, וועגן דעם יחידס שטאַרביקייט און דער מעטאַפֿאָרישער (צי אפֿשר גאָר: מעטאַפֿיזישער?) אומשטערבלעכקייט, וועגן דער איבערגעבליבענער צײַט, וועלכע לויפֿט אַלץ גיכער, ווי דאָס ביסל איבערגעבליבן זאַמד אין אַ זאַמד־זייגער. „זאַמד־זייגער פֿון מײַן לעבן” — אַזוי הייסט טאַקע דער שפּאָגל־נײַער, אַפּנים נאָך ניט קיין פֿאַרענדיקטער, ציקל לידער זײַנער.
אָט זענען די ערשטע דרײַ לידער, נאָך צאַפּלדיק־פֿרישע, פֿון זײַן פֿריש־פֿון־די־אייעלעך נײַער סעריע:
אין זאַמדזייגער,
וואָס ער מײַנע יאָרן ציילט אָפּ,
אַ זשמעניע זאַמד —
אויף נאָך אַ ביסל צו זײַן.
און עס שיט זיך דאָס זאַמד אַלץ גיכער אַראָפּ,
ווי אַ רעגנדל רגעס פֿון דעם וואָלקנדל — צײַט.
יעדער זעמדל פֿון מיר מיט אַ מאָל נעמט אַוועק
ווען אַ יאָר, ווען צוויי און ווען דרײַ…
דער פֿאַלן פֿון זאַמד באַוועגט מיך און וועקט
און מיר דאַכט זיך איך הער:
— זיך אײַל,
זיך אײַל,
זיך אײַל!
ווייס, אַז אַ רגע איז ניט אַזוי ווייניק,
מע קאָן זי צעציִען אין לענג און אין ברייט…
פֿיל איך אָן מײַנע רגעס מיט ליבע און ווייטיק,
מיט וויכטיקע ווערטן, מיט ליכטיקער פֿרייד…
אין זאַמדזייגער,
וואָס ער מײַנע יאָרן ציילט אָפּ,
אַ זשמעניע זאַמד —
אויף נאָך אַ ביסל צו זײַן.
ווי שנייעלעך ווײַסע פֿאַלן זעמדלעך אַראָפּ
פֿולע מיט לעבן,
מיט גײַסט
און מיט שײַן.
ווען דער מענטש איז אומשטערבלעך
און קיין מאָל אַלט ניט געוואָרן,
וואָלט ער ניט געדאַרפֿט קיין באַשעפֿער,
אויף צו בעטן בײַ אים
לאַנגע יאָרן.
און אפֿשר באַהאַלטן, צווישן שטערן־וועלטן,
לעבן פֿון לאַנג שוין אומשטערבלעכע לײַט?
זיי לעבן און בליִען און קיין מאָל ניט וועלקן,
און גאָר ניט געהערט וועגן לויף פֿון דער צײַט?
אויף אַנדערע קאָסמישע וועגן זיי טרעטן
ווילן ניט וואַפֿן זיך אונדז אין די אויגן —
זיי, די אומשטערבלעכע מענטשן־געטער,
וואָס דאַרפֿן קיין גאָט ניט
איבער זיך
ערגעץ אויבן….
וועגן וואָס געקומען?
פֿאַר וואָס מוז מען אַוועק?
צוליב וואָס אַדורך
אַ גאַנצן לעבנסוועג?
פֿראַגעס אַלטע, ווי די וועלט אַליין.
ווי „יהי אור”, וואָס האָט באַשײַנט דעם רוים.
הײַנט ווילט זיך מיר גענוי פֿאַרשטיין
דעם באַשעפֿערס מיין,
דעם באַשעפֿערס טרוים.
בײַ נאַכט אויפֿן הימל צעשטראַלטן איך קוק
און דאָרט צווישן שטערן און זונען אַלץ זוך,
זוך צווישן גרויען קאָסמישן שטויב
כאָטש אַ שפּור אַ קלענסטן
פֿון די עטלעכע ענטפֿערס
וועגן לעבן און טויט.
נאָר די שטערן דאָך אויכעט
ברענען און גייען אויס…
און אפֿשר,
וועט די וועלט די גרויסע
פֿאַרוועלקן אַ מאָל ווי אַ רויז?
צי אין די „יהי אור”־ווערטער
דער געטלעכער פֿלאַם וועט זיך לעשן?
און ווידער חושך אין רוימען וועט הערשן,
און קיינער אין רוים וועט ניט זאָגן „כּי טובֿ”!
ווײַל יעדער בראשית זיך פֿאַרענדיקט מיט סוף?
אפֿשר?..
פֿון וואַנעט איך, אַ שטויבל, זאָל דאָס וויסן?
נאָר שטייענדיק ניט ווײַט פֿונעם ראַנד,
איך האָף, אַז צו מײַנע פֿראַגעס די שליסל,
זענען כאָטש
בײַם באַשעפֿער
פֿאַראַן…
בײַ דער געלעגנהייט וויל איך טאַקע ווינטשן משה לעמסטער, אַז ערשטנס זאָל קלעגן נאָך אַ סך זאַמד, ווייניקסטן 44 מאָל מער ווי סע דאַכט זיך אים (פֿיר־און־פֿערציק מאָל לויטן אַלגעמיינעם מנין פֿון די חנוכּה־ליכטלעך אין יעדער מנורה)! אָדער ווי דאָס פֿאָלק אונדזערס פֿלעג אַמאָל דאָס אויסדריקן: ער זאָל האָבן די יאָרן! ער זאָל אונדז אַלעמען ווײַטער באַרײַכערן מיט זײַן האַרציקער פֿרײַנדשאַפֿט, מיט זײַן גאָט־געבענטשטער שעפֿערישקייט און ער זאָל מזכּה־את־הרבים זײַן מיט נײַע אָריגינעלע ביכער פֿון ייִדישער פּאָעזיע, פּראָזע און עסיייִסטיק! משה־קרוין, זײַ אונדז אַלעמען געזונט און שטאַרק, שעפֿעריש און אויפֿטועריש, גליקלעך און יונג ביז 120! לחיים! אמן סלה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.