זינט דעם גרויסן דערפֿאָלג פֿונעם צווייטן סעזאָן פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟, אין וועלכן דער גאָר געלונגענער עפּיזאָד לכּבֿוד „וואַלענטינס טאָג‟ מיט דער באַקאַנטער אַקטריסע מים ביאַליק איז געוואָרן אַ ריזיקער שלאַגער, זענען אין די לעצטע זיבן חדשים ניט אַרויס קיין נײַע קאַפּטילען פֿונעם פּאָפּולערן ייִדיש־שפּראַכיקן „סיטקאָם‟.
אַנשטאָט נײַע עפּיזאָדן פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟ גופֿא האָבן עלי (לייזער) באַטאַליאָן און דזשיימי (חיימי) עלמאַן, די יונגע שטערן, רעזשיסאָרן און סצענאַריסטן פֿון דער פּראָגראַם, אַרויסגעלאָזט אַ סעריע פֿילמירטע רײַזע־באַריכטן וועגן פֿאַרשידנאַרטיקע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין תּל־אָבֿיבֿ און לאָנדאָן. כאָטש די רײַזע־באַריכטן (וואָס זענען אין גאַנצן אויף ענגליש) האָבן אַ סך שטאַרקע עלעמענטן, זענען זיי ווײַט ניט געוואָרן אַזוי פּאָפּולער ווי די פֿריִערדיקע עפּיזאָדן פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟ גופֿא, וואָס מע האָט שוין געזען כּמעט צוויי מיליאָן מאָל.
די „ייִדלײַף־קריזיס‟־בחורים שטייען אָבער ניט מיט פֿאַרלייגטע הענט חלילה. אַחוץ זייער רײַזע־סעריע האָבן זיי אָנטייל גענומען אין אַ ריי ייִדישע קאָנפֿערענצן, קאָמעדיע־פֿעסטיוואַלן און אַנדערע פּראָגראַמען אין פּוילן, ישׂראל, קאַנאַדע און אַמעריקע און זיי אַרבעטן אויך צו זאַמלען געלט כּדי ממשיך צו זײַן זייער סעריע אויף אַ גרעסערן פֿאַרנעם.
ווי אַ טייל פֿון זייער געלט־שאַפֿערײַ קאַמפּאַניע האָבן די אַקטיאָרן לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ נײַע סקיצע, אין פֿאָרעם פֿון אַ כּמו־רעקלאַמע פֿאַר אַ נײַעם אַלבאָם לידער לכּבֿוד די ווינטערדיקע יום־טובֿים בכלל, און „קריסמי־כּה‟ בפֿרט. וואָס איז עס אַזוינס „קריסמי־כּה?‟ צוליב דעם וואָס די ייִדישע יום־טובֿים פֿאַרשלעפּן זיך הײַיאָר, וועט די ערשטע נאַכט פֿון חנוכּה אויספֿאַלן ערבֿ־ניטל און דער צוזאַמענשטויס פֿון די צוויי יום־טובֿים רופֿט מען איראָניש אָן „קריסמי־כּה‟. אַזוי ווי מיר האָבן געדאַרפֿט מיט דרײַ יאָר צוריק דורכמאַכן אַ פּלאָג פֿון שלעכטע וויצן און נאַרישע פּראָדוקטן וועגן Thanksgivukkah („חנו־דאַנק‟), הייבט מען שוין אָן זיך צו וויצלען וועגן דעם „יום־טובֿ ניטלקע‟.
אין דער כּמו־רעקלאַמע זינגען חיימי און לייזער (וואָס זענען, דרך־אגבֿ, בפֿירוש ניט קיין שלעכטע זינגער) אַ ריי פּאַראָדיעס פֿון חנוכּה־לידער אויף ענגליש אינעם סטיל פֿון ניטל־לידער, און ניטל־לידער אויף ייִדיש מיט גאָר איראָנישע ווערטער. צווישן זיי הערט מען באַקאַנטע ניטל־לידער, וואָס זענען דווקא אָנגעשריבן געוואָרן דורך ייִדן, ווי „לאָזט עס שנייען‟, „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ און „ווײַסער ניטל‟, געזונגען אויף ייִדיש באַנאַנד מיט די אָריגינעלע ייִדישע נעמען פֿון די באַרימטע לידער־שרײַבער וואָס זענען באַקאַנט בלויז אונטער זייערע אַמעריקאַניזירטע נעמען. למשל, אַנשטאָט אירווינג בערלין ניצן זיי דעם קאָמפּאָזיטאָרס אמתן נאָמען — ישׂראל־איזידאָר ביילין. די געלונגענע, אָבער צומאָל צינישע איבערזעצונגען, פֿון ד״ר ראָבערט פּעקעראַר און ריבֿקה אויגענפֿעלד, זענען מער קאָמיש ווי מע וואָלט געוווּסט פֿון בלויז די ענגלישע אונטערקעפּלעך, וואָס זענען אַ ביסל אײַנגעהאַלטן אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדישע ווערטער וואָס זיי טײַטשן אויס.
ווי תּמיד מיט לייזער און חיימי איז דער הויפּט־צוצי פֿונעם שטיקל די אַקטיאָרן אַליין, ווײַל זייער נאַטירלעכע כאַריזמע ווי אַ קאָמעדישער דועט איז וווּנדערלעך און זיי האָבן דווקא ניט קיין מורא חוזק צו מאַכן איינער פֿונעם אַנדערן. כאָטש די נײַע כּמו־רעקלאַמע איז ווײַט ניט אַזאַ אימפּאָנירנדיקער אויפֿטו ווי די געלונגענע עפּיזאָדן פֿונעם צווייטן סעזאָן פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟ גופֿא, וועט זי זיכער צופֿרידנשטעלן זייערע אָנהענגער, וואָס וואַרטן שוין לאַנג אויפֿן דריטן סעזאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.