די וויכטיקסטע געשעעניש אינעם קולטורעלן לעבן פֿון מאָסקווע איז די וואָך געווען דער ביכער־יריד „נאָן־פֿיקשן”, וואָס קומט פֿאָר אַלע יאָר.
אַרום 300 רוסלענדישע פֿאַרלאַגן האָבן פֿאָרגעשטעלט זייער פּראָדוקציע, און צווישן זיי — אויך דרײַ ייִדישע פֿאַרלאַגן. אין ראַמען פֿון דער פּראָגראַם פֿונעם יריד זענען פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אַ ריי נײַע ביכער, פֿאַרבונדן מיט ייִדישע לימודים, בתוכם אַ מאָנאָגראַפֿיע וועגן פֿראַנקיזם.
זונטיק, דעם 4טן דעצעמבער, האָט דער פּראָיעקט „אשכּולות” דורכגעפֿירט אין ראַמען פֿונעם יריד אַ טראַדיציאָנעל „קאָמענט־פּאַרטי”, געווידמעט דעם תּנ״ך. אַלע יאָר קלײַבט מען אויס אַ טעמע, און די רעדנער האַלטן קורצע רעפֿעראַטן וועגן די סוזשעטן אינעם תּנ״ך, וואָס זענען שייך צו דער טעמע, און וועגן זייער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג און באַאַרבעטונג אין דער ייִדישער קולטור. הײַ־יאָר איז די טעמע געווען „דאָס ליגן און דאָס אָפּנאַרן אין תּנ״כישע טעקסטן”.
די גאַנצע וואָך פֿירט דער פּראָיעקט דורך אָוונט־לעקציעס, געווידמעט דעם ליגן און אָפּנאַרן אין תּ״כישע טעקסטן, אין פֿאָרמאַט פֿון קאָמענטירטן לייענען [close reading]. דער לינגוויסט און קענער פֿון תּנ״ך, יעקבֿ איידעלקינד, לייענט און קאָמענטירט תּנ״כישע פֿראַגמענטן, וואָס אין זיי זאָגן די העלדן אַ ליגן צו די אַנדערע העלדן — אָדער צו גאָט. די קונסט־פֿאָרשערין דילשאַט כאַרמאַן אַנאַליזירט די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון די געשטאַלטן און סוזשעטן אין ייִדישן און אייראָפּעישן מאָלערײַ.
צו די אַנדערע נײַעס: דער רוסלענדישער פּאַרלאַמענט האָט באַשטעטיקט דעם אָפּמאַך מיט מדינת־ישׂראל מכּוח פּענסיעס, וואָס די פּענסיעס מוזן באַקומען פֿריִערדיקע סאָוועטישע בירגער, וועלכע האָבן עולה געווען ביזן יאָר 1992. זיי האָבן געאַרבעט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אָבער זײַט זייער עליה באַקומען זיי ניט קיין רוסישע פּענסיע. די רייד גייט וועגן אַן ערך 105 טויזנט נפֿשות. די פּראָבלעם פֿון אַזעלכע מענטשן איז דיסקוטירט געוואָרן בעתן וויזיט פֿון בנימין נתניהו קיין מאָסקווע אין יוני. די וואָך האָט דער פּאַרלאַמענט באַשלאָסן, זיי זאָלן קענען באַקומען אויך די רוסלענדישע פּענסיע.
אין מאָסקווע איז צוגעטיילט געוואָרן די אָנגעזעענע פּרעמיע אין דער ביכער־וועלט: דער רוסישער „בוקער”. הײַ־יאָר האָט די ערשטע פּרעמיע באַקומען דער רוסישער שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, לעאָניד יוזעפֿאָוויטש, מיטן ראָמאַן „דער ווינטער־וועג” וואָס דערציילט וועגן דעם בירגער־קריג אין רוסלאַנד (1918־1921). די דריטע פּרעמיע האָט באַקומען די באַרימטע שרײַבערין לודמילאַ אוליצקאַיאַ, אויך פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, מיטן ראָמאַן „יעקבֿס לייטער”, וואָס איז געווידמעט די באַציִונגען צווישן ייִדן און קריסטן.
דער רוסלענדישער חב״ד אַנטוויקלט די נײַע קהילה פֿאַר מאָסקווער סטודענטן. שוין עטלעכע יאָרן איז אין מאָסקווע פֿאַראַן אַ קהילה „חבֿרים”, וואָס אַרבעט מיט ייִדישע סטודענטן פֿונעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט. די קהילה געפֿינט זיך לעבן דעם הויפּט־קאַמפּוס, אָרגאַניזירט לעקציעס און באַגעגענישן פֿאַר סטודענטן; אַ קלוב, וווּ זיי קענען זיך טרעפֿן, אַ מעגלעכקייט צו פּראַווען ייִדישע יום־טובֿים און צו דאַווענען אין אַ מנין. די קהילה נעמט אויך אָן וועלטלעכע סטודענטן און ניט־ייִדן, וואָס אינטערעסירן זיך אין יהדות. די טעג זאַמלט דער רבֿ פֿון דער קהילה געלט דורך דער אינטערנעץ פֿאַר איר יערלעכן בודזשעט. מע האָט שוין געקליבן 30 טויזנט דאָלאַר. דאָס איז אַ זעלטענע פֿאַל פֿון „קראַוד פֿאַנדינג” פֿון אַ ייִדישער קהילה אין מאָדערנעם רוסלאַנד.
און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט: אין מאָסקווע האָבן נאָך דרײַ קאָמפּאַניעס, צווישן זיי אַ גרויסער אַגריקולטור־קאָנצערן „אַגראָפּראָדוקט”, באַקומען השגחה. איצט זענען אָנערקענט ווי כּשר עטלעכע סאָרטן מילך־פּראָדוקטן, סאָיע־פּראָדוקטן און אײַנגעמאַכטס. כאָטש כּשרע פּראָדוקטן זענען ביז איצט זעלטן אין רוסלאַנד, האָט דער מצבֿ מיט זיי זיך שטאַרק פֿאַרבעסערט במשך פֿון די לעצטע יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.