דעם 19טן אָקטאָבער איז אַרויסגעפֿלויגן אין קאָסמאָס אַן עסקפּעדיציע פֿון צוויי רוסישע אַסטראָנויטן, סערגיי ריזשיקאָוו און אַנדריי באָריסענקאָ, און איין אַמעריקאַנער, ראָבערט קימבראָ. די באַטייליקטע אין דער עקספּעדיציע האָבן מיטגענומען אַן אומגעוויינטלעכן חפֿץ: אַ קליינער טייל געביין פֿון סעראַפֿים סאַראָווסקי — אַ פּאָפּולערע פֿיגור אין דער קריסטלעכער אָרטאָדאָקסישער קירך, וועלכן אַ סך רוסן האַלטן פֿאַר אַ גרויסן צדיק.
דאָס שטיקל געביין געפֿינט זיך נאָך אַלץ אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָסמישער סטאַנציע און וועט זיך אומקערן אויף דער ערד אין עטלעכע חדשים אַרום. דאָס אויסטערלישע געמיש פֿון רעליגיע און וויסנשאַפֿט קלינגט ווי אַ מעשׂה פֿון אַ פֿאַנטאַסטישן ראָמאַן. אויף די רוסישע וועבזײַטן האָבן די קריטיקער סאַרקאַסטיש באַמערקט, אַז אַן אַנדערש מאָל וועט מען אַרויסשיקן אין קאָסמאָס גלחים, כּדי אויפֿשטעלן אויף דער אָרביט אַ צערקווע.
ווי ס׳איז באַקאַנט, איז בײַ די קריסטן פֿון קדמונים אָן אָנגענומען דער מינהג צו באַטראַכטן דאָס געביין פֿון פֿאַרשיידענע פֿאַרהייליקטע מענטשן ווי אַ גרויסע סגולה. אָפֿט מאָל ברענגט עס צו שווינדלערײַ און אַנעקדאָטישע סיטואַציעס, ווען דער טויטער גוף פֿון אַ געוויסן „קדוש‟ געפֿינט זיך, כּלומרשט, מיט אַ מאָל אין אַ טוץ פֿאַרשיידענע ערטער אַרום דער וועלט. אינעם איצטיקן פֿאַל האָט אָבער די אומגעוויינטלעכע קאָסמאָס־אַקציע אַ קלאָרן פּאָליטישן טעם. די רוסישע קירך, בשותּפֿות מיט דער מלוכה, וויל ווײַזן דער וועלט, אַז זי קאָן „בענטשן‟ דעם גאַנצן פּלאַנעט פֿון הימל, ווי אַ סימן פֿונעם גלאָבאַלן כּוח פֿון רוסלאַנד.
אַזוי צי אַזוי, האָט די אומגעוויינטלעכע געשיכטע מיך דערמאָנט אין אַן אַנדער פֿאַל, ווען אין געוויסע קרײַזן האָט מען געוואָלט אויסנוצן דאָס געביין פֿון אַ טויטן צדיק פֿאַר פּאָליטישע צוועקן. אַ ריי רבנים און כּלל־טוער ווילן אויסגראָבן אין אומאַן דאָס געביין פֿון רבי נחמן בראַצלעווער, כּדי עס צו באַערדיקן אין ארץ־ישׂראל. למשל, אין 2011 האָט דער כּנסת־דעפּוטאַט דני דנון געבעטן בנימין נתניהו זיך באַמיִען צו קריגן דאָס הייליקע געביין.
ווען איך האָב צום ערשטן מאָל באַזוכט רבי נחמנס קבֿר מיט 20 יאָר צוריק, אין 1996, האָב איך שוין דעמאָלט געהערט, אַז פֿאַרשיידענע משוגעים האָבן אַפֿילו געפּרוּווט אויסצוגראָבן אַ טונעל, כּדי צוצוגנבֿענען די ביינער פֿונעם צדיק. איידער איך האָב זיך געלאָזט עולה־רגל זײַן קיין אומאַן לכּבֿוד ראָש־השנה, האָט אַ מאָסקווער ייִד מיר געגעבן אַ פּעקל ליכטלעך, איך זאָל זיי אָנצינדן ווי אַ סימן־ברכה בײַם צדיקס קבֿר. מײַנע פֿרומע ליטוויש־מתנגדישע באַקאַנטע האָבן סאַרקאַסטיש געטענהט, אַז דער אַזשיאָטאַזש אַרום רבי נחמנס געביין, באַגלייט דערצו מיט ליכט־צינדן, קלינגט פֿאַר זיי ווי אַ כּמו־קריסטלעכע מעשׂה.
זײַענדיק דעמאָלט אין אומאַן און זאָגנדיק תּהילים שפּעט בײַנאַכט בײַ רבי נחמנס ציון, האָב איך דערזען, ווי אַן אוקראַיִנישע נישט־ייִדישע פֿרוי קומט שטילערהייט אַרײַן און שטעלט אויף בײַם קבֿר עטלעכע פֿלעשער וואַסער. מיט עטלעכע שעה אַרום האָט זי זיך אומגעקערט און זיי צוגענומען. ס׳זעט אויס, אַז אַזוי אַרום האָט זי צוגעטראַכט אַן אייגנאַרטיקן מעטאָד צו פּראָדוצירן „הייליק וואַסער‟. געוויסע אוקראַיִנער האַלטן טאַקע רבי נחמנען פֿאַר אַ קדוש אינעם קריסטלעכן זין פֿון וואָרט.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אינעם פֿאַל פֿון רבי נחמן בראַצלעווער האָט דער אַזשיאָטאַזש אַרום זײַן געביין אויך אַ פּאָליטישן טעם, אָבער פּונקט אַ פֿאַרקערטן. די יערלעכע נסיעות קיין אומאַן, אין וועלכע עס באַטייליקן זיך נישט בלויז זײַנע חסידים, גיט צו אַ קאָסמאָפּאָליטישן גלאָבאַלן עלעמענט צו ייִדישקייט. אַ סך ייִדן גלייבן, אַז אין פֿאַרשיידענע הייליקע ערטער אַרום דער וועלט שטעקט אַ באַזונדערער מין קדושה און ברכה, וואָס מע קאָן נישט געפֿינען אין ארץ־ישׂראל; געוויסע ציוניסטישע טוער געפֿעלט נישט אַזאַ צוגאַנג, דערפֿאַר האָפֿן זיי אויסצוגראָבן רבי נחמנס ביינער און ממילא פּטור ווערן פֿון די מאַסן־נסיעות אין אַ פֿרעמד לאַנד. אַזוי צי אַזוי, האָבן די רוסלענדישע קאָסמאָס־אינסטאַנצן באַשלאָסן אָפּצומערקן 20 יאָר נאָך מײַן נסיעה קיין אומאַן מיט אַן אייגענער אויסטערלישער ביינער־אַקציע.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז צווישן די צוויי דערמאָנטע פֿיגורן, וואָס זייער געביין רופֿט אַרויס אַן אויסטערלישן פּאָליטישן אַזשיאָטאַזש, זענען פֿאַר אַ סך מענטשן היסטאָרישע פּאַראַלעלן. אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך פֿאַרגליכן צווישן פֿאָרמעלע רעליגיעזע מנהיגים אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד: דעם הויפּט־רבֿ און דער רוסישן פּאַטריאַרך. להיפּוך, איז פּראָכאָר מאַשנין (1754-1833), באַקאַנט אונטער זײַן מאָנאַכישן נאָמען סעראַפֿים, געווען אַ גײַסטיקער דיסידענט. ער איז געווען אין אָנגעשטרענגע באַציִונגען מיט דער אָפֿיציעלער קירך, וועלכע האָט חושד געווען, אַז ער סימפּאַטיזירט מיט געוויסע „אַפּיקורסישע‟ סעקטאַנטישע געדאַנקען. צוליב דער ריזיקער פּאָפּולאַריטעט פֿונעם פֿאָלק־מיסטיקער, האָט אָבער דער צאַר ניקאָלײַ דער צווייטער אים געהייסן קאַנאָניזירט צו ווערן.
זײַענדיק פֿון קינדווײַז אָן אַ טיף רעליגיעזער מענטש, האָט דער 17־יאָריקער פּראָכאָר באַשלאָסן צו ווערן אַ מאָנאַך. במשך פֿון זײַן לעבן האָט ער אַ סך געליטן און זיך געפֿירט ווי אַן עקסטרעם־שטרענגער אַסקעט. ער האָט געוווינט אַליין אין וואַלד; במשך פֿון 10 יאָר געגעסן בלויז גראָז, און במשך פֿון 1,000 טעג געשטאַנען אויף די קני אַ גאַנצן טאָג אויף אַ האַרטן שטיין. נישט איין מאָל האָט מען אים גערודפֿט, געפּײַניקט און געשלאָגן מכּות־רצח.
אינעם יאָר 1922 האָבן די סאָוועטישע אינסטאַנצן געבראַכט סעראַפֿימס געביין קיין מאָסקווע. אין 1990 האָט מען באַמערקט מיסטעריעזע אומדאָקומענטירטע ביינער אינעם לענינגראַדער מוזיי פֿון רעליגיע. אויפֿן סמך פֿון אַ צאָל סימנים, האָט אַ ספּעציעלע קאָמיסיע באַשלאָסן, אַז דאָס מוז זײַן דאָס געביין פֿונעם באַרימטן הייליקן מענטש. עס בלײַבט אָבער אַ ספֿק; עס קאָן זײַן, אַז אינעם קאָסמאָס פֿליט איצט אַרום אַ שטיקל פֿון אַן אומבאַקאַנטן מת.
רבי נחמן בראַצלעווער (1772-1810) האָט פֿון קינדווײַז אָן זיך געטובֿלט יעדן טאָג אין אַן אײַז־קאַלטער מיקווה און האָט פֿאַרבראַכט גאַנצע טעג אין אַ וואַלד. הגם די ייִדישע טראַדיציע באַציט זיך נעגאַטיוו צום מאָנאַכישן לעבנס־שטייגער, האָט רבי נחמן אַנטוויקלט אַ טיפֿע שׂינאה צום זיווג־לעבן. לויט זײַנע ווערטער, ווען ער האָט געמוזט זעלטן־ווען האָבן אַ באַציִונג מיט זײַן פֿרוי, האָט ער געפֿילט יסורים אַנשטאָט תּענוג.
במשך פֿון זײַן קורץ לעבן, האָט רבי נחמן אַ סך געליטן סײַ פֿון מתנגדישע, סײַ פֿון חסידישע קעגנער, און געמוזט נע־ונדעווען איבער די אוקראַיִנישע שטעטלעך. לײַדנדיק פֿון טובערקולאָז, האָט ער זיך באַזעצט פֿאַר זײַן טויט אין אומאַן, כּדי מתּקן צו זײַן די נשמות פֿון די אָרטיקע קדושים, וועלכע זענען אומגעקומען בעת דער טרויעריק־באַרימטער שחיטה אינעם יאָר 1768.
אַ טייל פֿון רבי נחמנס מתנגדים טענהן, אַז זײַן אמתער מקום־קבֿורה געפֿינט זיך אויף אַן אַנדער אָרט. אויב אַפֿילו די אוקראַיִנישע רעגירונג וועט מסכּים זײַן אַריבערצוברענגען זײַן געביין קיין ארץ־ישׂראל, קאָן זיך שאַפֿן אַן איראָנישע סיטואַציע. דווקא אויפֿן סמך פֿון די מתנגדים, וועלן אַ סך חסידים ווײַטער פֿאָרן יעדעס יאָר קיין אומאַן, האָפֿנדיק, אַז זײַנע אמתע ביינער ליגן נאָך אַלץ דאָרטן.
עס זענען פֿאַראַן אַ ריי אַנדערע אומגעריכטע פּאַראַלעלן צווישן רבי נחמן בראַצלעווער און סעראַפֿים סאַראָווסקי. ביידע האָבן איבערגעגעבן זייערע דרשות און מיסטישע געדאַנקען דורך תּלמידים, אַנשטאָט צו פֿאַרשרײַבן זיי אַליין. ביידע האָבן זיך באַנוצט מיט חידושדיקע משלים. ביידע האָבן געשטעלט אַ גרויסן אַקצענט אויף פּערזענלעכע תּפֿילות און זאָגן תּהילים אין אַ געוויסן ספּעציפֿישן סדר.
ס׳איז גרינג צו פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס אַן אומגעוויינטלעכער יחיד, וועלכער האָט פֿאַרבראַכט זײַן גאַנץ לעבן אין עקסטרעמע אַסקעטישע סיגופֿים, קאָן צוציִען אַן אומגעזונטן אויפֿמערק צו זײַן גוף אַפֿילו נאָכן טויט. הײַנט איז אָבער שווער זיך פֿאָרצושטעלן אַ תּקופֿה און אַ סבֿיבֿה, וווּ עס זענען אויפֿגעקומען אַזעלכע עקסטרעמע יחידים אין צוויי אין גאַנצן באַזונדערע זיך־קאָנפֿליקטירנדיקע רעליגיעזע קולטורן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.