אַ בּכּבֿודיקער גאַסט אינעם וואַרשעווער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט: הענריק גרינבערג.
גרינבערג ווערט באַטראַכט פֿאר איינעם פֿון די בעסטע לעבעדיקע פּוילישע פּראָזאַיִקערס. גרינבערג האָט געלייענט פֿאַרן וואַרשעווער עולם עטלעכע קאַפּיטלען פֿון זײַנע מעמואַרן. ווי ער האָט אַליין געזאָגט, זענען זײַנע מעמואַרן אין אַ געוויסן זין די געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן אין די לעצטע אַכציק יאָר.
אויף מיר האָט בשעתו געמאַכט אַ געוואַלדיקן רושם דווקא זײַנער אַ פֿילם, „געבוירן־אָרט‟. ער אַנטדעקט, ממש פֿאַר אונדזערע אויגן, דעם פּויער וואָס האָט דערמאָרדעט זײַן טאַטן כּדי ער זאָל קענען לקחענען זײַנע קי. דער פּויער האָט גוט געוווּסט אַז פֿאַר מאָרדעווען אַ ייִדן וועט ער נישט באַקומען קיין שום שטראָף פֿון די דײַטשן.
מיר אַלע האָבן פֿאַרלוירן זיידעס און באָבעס, מומעס און פֿעטערס אינעם חורבן. ווייניק אָבער האָבן אַרויסגעגראָבן פֿון דער ערד מיט די אייגענע פֿינגער דעם צעבראָכענעם שאַרבן פֿונעם אייגענעם טאַטן. גרינבערג טוט עס אינעם פֿילם.
גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד אָבער מיר דאַכט זיך אַז גרינבערגס יסורים שטאַמען אויך פֿונעם פֿאַקט אַז זײַן קולטור איז ראשית־כּל געווען די פּוילישע קולטור. נאָר וואָס זשע? די פּוילישע קולטור איז געווען אַ מאַמע וואָס האָט נישט אַרומגענומען מיט ליבשאַפֿט אירע ייִדישע קינדער.
גרינבערג האָט געלייענט פֿון זײַנע מעמואַרן אַ קאַפּיטל וועגן סלאָנימסקיס לוויה אין יאָר 1976. אַנטאָנין סלאָנימסקי, איינער פֿון פּוילנס גרעסטע פּאָעטן, שטאַמט פֿון אַ געשמדטער ייִדישער משפּחה. נישט געקוקט אויף זײַן ריזיקן צושטײַער צו דער מאָדערנער פּוילישער קולטור, און אַפֿילו נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער איז שוין געווען אויס ייִד, זענען נאָר ייִדן געקומען אויף זײַן לוויה, האָט גרינבערג דערציילט.
ווי גרינבערג גיט צו, האָט זײַן מאַמע, פֿאַר דער מלחמה, געוואָלט ער זאָל זיך לערנען נאָר די פּוילישע שפּראַך און קולטור. ווען אין יאָר 1968 האָט די פּוילישע מלוכה גערודפֿט אירע ייִדישע בירגערס איז דאָס געווען פֿאַר אַזאַ געטרײַען זון פֿון דער פּוילישער קולטור מסתּמא נאָך שווערער צו פֿאַרטראָגן ווי פֿאַר אַנדערע ייִדן.
מרדכי צאַנין, דער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט און דער גרינדער פון „לעצטע נײַעס‟ פֿלעגט יאָמערן אַז נאָכן חורבן איז דאָס ייִדישע פֿאָלק אַוועק און נישטאָ. די ישׂראלים, פֿלעגט ער זאָגן, זענען נישט קיין פֿאָלק נאָר א מין ערבֿ־רבֿ. אַלע זענען ייִדן אָבער קיין ייִדיש פֿאָלק זענען זיי נישט. איינער איז אַן אַראַבישער ייִד, דער צווייטער איז אַ פּוילישער ייִד, און סײַ בײַ די אַשכּנזים און סײַ בײַ די ספֿרדים האָבן די קינדער אָנגעוווירן די קולטורעלע ירושה פֿון זייערע טאַטע־מאַמעס.
צאַנין פֿלעגט טענהן אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק אין פּוילן האָט זיך קריסטאַליזירט במשך פֿון הונדערטער יאָרן און סע וועט מסתּמא נאָך דויערן הונדערטער יאָרן ביז די ישׂראלים וועלן ווערן אַ פֿאָלק.
צאַנין איז מסתּמא געווען א ביסל גערעכט. פֿון דעסטוועגן קען מען גלײַך דערקענען ווער עס זענען די ישׂראלדיקע טוריסטן אין וואַרשע. נישט לויטן אויסזען. די אַשכּנזים זעען נישט אויס אַנדערש ווי אַ סך אייראָפּעער, און די ספֿרדים זעען נישט אַנדערש אויס ווי אַ סך אַראַבער אָדער שפּאַניער. איז ווי קען מען זיי פֿאָרט דערקענען?
איז אַזוי. פּראָסטע ישׂראלים קומען קיין וואַרשע ווײַל דער פֿלי קאָסט אַ שיבוש און די פּרײַזן פון כּל־המינים סחורות איז דאָ צוויי מאָל אַזוי ביליק. די דאָזיקע חבֿרה־לײַט קען מען גלײַך דערקענען ווײַל זיי שרײַען אויפֿן קול אין די וואַרשעווער אײַנקויף־צענטערס. למשל: „דינה, קום אַהער, זע וואָס איך האָב געפֿונען!‟ און אזוי ווײַטער.
גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד אָבער איך האָב נישט באַגעגנט קיין שום אַנדערע טוריסטן פֿון קיין שום אַנדערע מדינות וואָס זאָלן שרײַען אויפֿן קול איבער גאַנץ וואַרשע ווי זיי וואָלטן געווען בײַ זיך אין שטוב.
די אינטיליגענטן געפֿינט מען נישט אין די אײַנקויף־צענטערס. אָבער דערקענען קען מען זיי אויך. נעכטן, למשל, האָב איך געזען מיט די אייגענע אויגן אַ מאַן, שוין נישט אַזוי יונג, וואָס האָט געשריבן עפּעס אין אַ העפֿט אין אַ קאַפֿע אין מיטן שטאָט. איז ווי האָב איך געוווּסט אַז דאָס איז א ישׂראלדיקער אינטיליגענט? איז אַזוי. די שיך האָט ער במחילה אויסגעטאָן, די פֿיס האָט ער אויסגעשטרעקט אויף צוויי בענקלעך ווי ער וואָלט געזעסן אויף דער תּל־אָבֿיבֿער פּלאַזשע, און די שטינקנדיקע זאָקן האָט ער באַוויזן פאַר די אַרומיקע מענטשן, למען יראו וייראו.
אַגבֿ, איר זאָלט וויסן אַז איך האָב געטאָן מײַן זשורנאַליסטישע אַרבעט. איך האָב בגנבֿה אַרײַנגעקוקט אין זײַן העפֿט און דאָרט האָב איך טאַקע געזען אַ ליד אויף העברעיִש וואָס ער איז געווען אין מיטן שרײַבן.
זײַט וויסן אַז פֿאַר דער מלחמה האָבן די וואַרשעווער ייִדן געשמט מיט זייער קולטור און העפֿלעכקייט. אַ וואַרשעווער ייִדישער אינטיליגענט איז געווען סינאָנים מיט העפֿלעכקײט און קולטור.
ווי האָבן שוין די רוימערס געזאָגט: סיק טראַנזיט גלאָריאַ מונדי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.