כאָטש עס זעט שוין אויס ווי די פֿראַנצייזישע וואַל־קאַמפּאַניע פֿאַר פּרעזידענט וועט זײַן זייער אַ דראַמאַטישע, האָט איזי מאָרגנשטערן לכתּחילה נישט געהאַט בדעה צו שטימען.
מאָרגנשטערן, אַ לינק געשטימטער אַשכּנזישער פֿילם־רעזשיסאָר אין פּאַריז, איז געווען צו אַנטוישט מיט די רעגירנדיקע סאָציאַליסטן אונטערן פֿראַנצייזישן פּרעזידענט פֿראַנסואַ אָלאַנד, אַז ער זאָל פֿאַר זיי שטימען אַ צווייט מאָל אין די וואַלן אין אַפּריל 2017. ס׳האָט אים אָבער אַזוי געשטערט די כּסדרדיקע שׂינאה־רײד קעגן מוסולמענער מצד די צענטער־ און עקסט־רעכטע קאַנדידאַטן, אַז ער האָט פֿאַר זיי אויך נישט געוואָלט שטימען.
מאָנטיק האָט זיך אָבער אַלץ געביטן ווען דער פּרעמיער מאַנועל וואַלס האָט געמאָלדן זײַן קאַנדידאַטור צוויי טעג נאָך דעם וואָס אָלאַנד האָט מודיע געװען אַז ער וועט נישט קאַנדידירן אויף אַ צווייטער קאַדענץ. לויט די אַנקעטעס איז אָלאַנד הײַנט דער סאַמע ווייניק פּאָפּולערסטער פֿראַנצייזישער פּרעזידענט אין צענדליקער יאָרן.
אַ סך פֿראַנצייזישע ייִדן באַוווּנדערן דעם 54־יעריקן וואַלס, צוליב זײַן פֿעסטן צוגאַנג קעגן אַנטיסעמיטיזם. דער אין שפּאַניע געבוירענער פּרעמיער האָט אַ מאָל געזאָגט אַז זײַן חתונה האָבן מיט דער פֿראַנצייזיש־ייִדישער מוזיקערין אַן גראַוווּאַ האָט בײַ אים געשאַפֿן אַן „אייביקע פֿאַרבינדונג“ מיט איר פֿאָלק. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע פֿראַנצייזישע פֿירערס האָט וואַלס בולט באַצײכנט דעם אַנטיציוניזם ווי אַ מין אַנטיסעמיטיזם. חוץ דעם פֿירט ער שוין פֿון לאַנג אַ לעגאַלן קאַמף קעגן דעם אַנטיסעמיטישן קאָמיקער און פּראָוואָקאַטאָר דיעדאָן מ׳באַלאַ מ׳באַלאַ.
אַזוינע מעשׂים האָבן אים פֿאַרדינט אַ העלדישן סטאַטוס בײַ דער פֿראַנצייזיש־ייִדישער קהילה פֿון 500,000 נפֿשות.
„וואַלס איז נישט בלויז מײַן באַליבטסטער קאנדידאַט אין די וואַלן; ער איז בײַ מיר דער איינציקער קאַנדידאַט“, האָט דער 69־יעריקער מאָרגנשטערן געזאָגט דער ייִט״אַ בעת אַ קאָנפֿערענץ פֿון „קריף“, דער דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון פֿראַנצייזיש־ייִדישע קהילות.
אַפֿילו פֿאַר וואַלס׳ קאַנדידאַטור האָבן ווייניק פֿראַנצייזישע ייִדן פּלאַנירט זיך אָפּצוהאַלטן פֿון שטימען, ווי מאָרגנשטערן האָט געוואָלט טאָן. פֿונדעסטוועגן וואָלט אַ מורא פֿאַר דער עקסט רעכטער מאַרין לעפּען געטריבן טייל פֿון די ייִדן צו שטימען פֿאַר אָלאַנד, כאָטש זיי האָבן פֿאַראיבל איבער דעם וואָס ער קריטיקירט ישׂראל און האָט נישט גענוג אויפֿגעטאָן צו פֿאַרהיטן אַטאַקן אויף ייִדן.
אַנדערע האָבן זיך אַרויסגעזאָגט אַז זיי וועלן שטימען פֿאַרן האַרטליניקן פֿראַנסואַ פֿיִאָן — אַ געוועזענער פּרעמיער וואָס האָט יענע וואָך געוווּנען סײַ בײַם פּאָפּולערן ניקאָלאַ סאַרקאָזי, דעם געוועזענעם פּרעזידענט, סײַ איבער אַלאַן זשופּע, אַן אַנדער געוועזענעם פּרעמיער, אין די נאָמיניר־וואַלן פֿון דער צענטער־רעכטער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי.
ייִדן זענען אָבער אויך געווען אומבאַקוועם מיט פֿיִאָן. דער רעפּובליקאַנער נאָמינאַט האָט יענע וואָך דערצערנט די פֿראַנצייזישע ייִדן אין אַ ראַדיאָ־אינטערוויו אין וועלכן ער האָט געזאָגט אַז מע דאַרף קעמפֿן קעגן דעם מוסולמענישן סעקטאַנטישקייט, פּונקט ווי די פֿראַנצייזישע געזעלשאַפֿט האָט אַ מאָל געקעמפֿט קעגן דעם ייִדישן פֿאַרלאַנג „צו וווינען אין אַ קהילה וואָס פֿאָלגט נישט די געזעצן פֿון דער פֿראַנצייזישער רעפּובליק“. ער האָט נישט אָנגעגעבן וועלכע היסטאָרישער תּקופֿה ער מיינט.
דאָך, אַז אָלאַנד איז אַזוי הינטערשטעליק אין די אַנקעטעס, זענען אַפֿילו די וואָס זענען מלא־כּעס וועגן פֿיִאָנס קאָמענטאַרן געווען גרייט צו שטימען פֿאַר אים — אַבי צו פֿאַרהיטן אַ נצחון מצד לעפּען, די פּרעזידענטקע פֿון דער עקסט רעכטער נאַציאָנאַלער פֿראָנטפּאַרטיי, וואָס פֿראַנצייזישע ייִדן האַלטן, אין תּוך, פֿאַר אַן אַנטיסעמיטישער. הײַנטיקע אַנקעטעס גיבן אָנצוהערן, אַז די פּאַרטיי וועט געווינען אַרום 25 פּראָצענט פֿון די שטימען, אַ נצחון אָן אַ פּרעצעדענט.
וואַלס, וואָס די אַנקעטעס זאָגן פֿאָרויס אַז ער וועט גרינג געווינען אין די סאָציאַליסטישע נאָמיניר־וואַלן אין יאַנואַר, איז אַ קאַנדידאַט װאָס די פֿראַנצייזישע ייִדן וועלן שטיצן, האַלט סאָפֿי אַטלאַן, אַ צווייטע קאָנפֿערענץ־באַטייליקטע. ווען נישט וואַלס וואָלט זי אויך נישט געשטימט פֿאַר די סאָציאַליסטן. „די לינקע געטרוי איך נישט“, האָט זי געזאָגט, אָבער צוגעגעבן, אַז וואַלס איז פֿון אַן אַנדער שניט.
אונטער דער רעגירונג פֿון אָלאַנד און וואַלס האָט מען צום ערשטן מאָל זיך שטאַרק באַמיט צו באַוואָרענען די ייִדישע קהילה. נאָך דעם וואָס פֿיר מענטשן זענען פֿאַר אַ יאָרן אין אַ כּשרן סופּערמאַרק דערהרגעט געוואָרן פֿון אַ דזשיהאַדיסט, האָט האָלאַנד צעשטעלט 12,000 סאָלדאַטן און פּאָליציאַנטן צו היטן די ייִדישע אינסטיטוציעס.
דאָך געטרויען אַ סך פֿון די פֿראַנצייזישע ייִדן נישט די לינקע. זשאַן־דניאל לוי, אַ באַקאַנטער אַנקעטירער, האָט געזאָגט אַז ייִדישע וויילערס שטיצן אַלץ מער און מער די רעכטע. לויט רישאַר פּראַסקיעי, אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער „קריף“, האַלטן די ייִדן אַז אָלאַנד וויל, ערשטנס, נישט אָנערקענען די רעליגיעזע שטריכן פֿון דער פּראָבלעם, און צווייטנס, איז ער צו קריטיש פֿון ישׂראל. נאָך דער הריגה אין שפּײַזקראָם האָט אָלאַנד געהאַט באַמערקט אַז דער פֿאַרברעכן האָט „גאָר נישט געהאַט צו טאָן מיט דער מוסולמענישער אמונה“. מ׳האָט שטאַרק קריטיקירט אָלאַנדן פֿאַר אָט דעם באַמערק און ער האָט שפּעטער אויפֿגעקלערט אַז ער האָט געמיינט צו זאָגן אַז דעם מערדערס אויסטײַטש פֿונעם מוסולמענישן גלויבן איז אַ פֿאַלשער.
סע קען טאַקע זײַן אַז וואַלס וועט אין די וואַלן אויפֿלעבן די ייִדישע שטיץ פֿאַר די לינקע. אָבער זײַן שטאַרקער צוגאַנג קעגן איסלאַם האָט אויך אַן אַנדער מעגלעכן חסרון: די מוסולמענער וואָס וואָלטן געשטימט פֿאַר אַ סאָציאַליסטישן קאַנדידאַט, וועלן אים אפֿשר באַטראַכטן ווי צו עקסטרעם רעכט.
אַ פֿריִע אַנקעטע, וואָס מע האָט אַדורכגעפֿירט אין די שעהען איידער וואַלס האָט זיך דעקלאַרירט פֿאַר אַ קאַנדידאַט, האָט פֿאָרויסגעזאָגט אַז ער וועט קריגן נאָר צען פּראָצענט פֿון די שטימען אין דער ערשטער רונדע אין אַפּריל, ד״ה 17.5 פּונקטן הינטער פֿיִאָן. פֿראַנצייזיש־ייִדישע וויילערס וואָס וועלן שטימען פֿאַר וואַלסן אין דער ערשטער רונדע וועלן אין דער לעצטער רונדע אין מײַ אפֿשר סײַ ווי דאַרפֿן אויסקלײַבן צווישן פֿיִאָן און לעפּען.
בײַ מאָרגנשטערן האָט וואַלס׳ קאַנדידאַטור אַרײַנגעבראַכט אַ שטראַלעכל ליכט אין די שווערע טעג. אָנווײַזנדיק אויף וואַלס׳ באַסקישע וואָרצלען, האָט מאָרגנשטערן געזאָגט: „אָט דאָס איז אַ קאַנדידאַט וואָס פֿאַרשטייט דאָס ייִדישע פֿאָלק, פֿאַרשטייט וואָס דאָס הייסט צו זײַן אַרומגערינגלט מיט גרויסע שׂונאים, זײַן אונטערגעדריקט. דאָס אַליין איז אַ גרויסע מעלה“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.