באָריס קאַרלאָווס ביכל פּאָעזיע „אָנגעצויגענע סטרונע"

Boris Karlov's Book of Poetry, "Taut String"


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published December 18, 2016, issue of December 28, 2016.

לערן זיך אויס דעם אלף־בית פֿון שווײַגן
זאָל דײַנס איבערגיין און דער נאַרישער רעש
זאָל ער זיך ווײַטער ווייען ווײַט־ווײַט פֿאַרבײַ
דײַנע דלת־אמות פֿון שטילער שווײַגנשאַפֿט
וואָס היט דעם לעבעדיקן אָטעם
וואָס ווייסט, אַז שווײַגן מיינט ניט שטום…
(„אָנגעצויגענע סטרונע”)

געוויינטלעך באַטײַט דער אימאַזש פֿון אַן אָנגעצויגענער סטרונע די סכּנה פֿון אַ סטרונע וואָס וועט באַלד פּלאַצן. קיין כּעס אָדער ברוגז פֿילט מען אָבער נישט אין דער נײַער זאַמלונג פֿונעם פּאָעט באָריס קאַרלאָוו (פּעננאָמען פֿונעם ייִדיש־פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער). די עמאָציעס פֿון ס’רובֿ לידער זענען אײַנגעהאַלטענע, און גיבן איבער ווי דער נאַראַטאָר באַנעמט די וועלט מיט וווּנדער, בענקשאַפֿט און שטילקייט. 

די שטילקייט און שווײַגן וועט מען געפֿינען ווי אַ מאָטיוו אין אַ צאָל לידער, ווי אין דעם ליד —

…צווישן שווײַגענישן פֿילע
הילכט פֿאַנאַנדער זיך אַ תּפֿילה
ביז זי מעלדט זיך הויך און קראַנט:
רעדן רעדסט זיך אויס חלילה
ניט צו דער וואַנט, ניט במחילה
רק־און־בלויז צום שפּיגל סתּם.
(„רעדנדיק צו דער צײַט”)

אינעם ציטירטן ליד, רעדט זיך וועגן דער פּראָבלעם פֿון זײַן אַן עלנטער ייִדיש־רעדער, אָבער דער סוף איז דווקא מער אָפּטימיסטיש —

דו, רעד צום אומרו פֿון דער צײַט —
וועלן דיך דערהערן לײַט!

ווי דער דירעקטאָר פֿונעם גאָר וויכטיקן „אַהיים”־פּראָיעקט, באַקענט זיך קאַרלאָוו יאָר־אײַן, יאָר־אויס, פּנים־אל־פּנים, מיט די רעשטלעך ייִדיש־רעדערס אין מיזרח־אייראָפּע און רעקאָרדירט זיי אויף ווידעאָ. פֿון איין זײַט מאַכט די לאַנדשאַפֿט אַן אײַנדרוק אויף אים ווי מע לייענט אין די לידער „אין בוקעווינע”, „אונטערוועגנס” „מינקאַטש”. פֿון דער אַנדערער זײַט ברענגען די וואַנדערונגען אַרויס אַ טיפֿע בענקשאַפֿט נאָך דער ייִדישער און ייִדיש־וועלט פֿון אַמאָל.

מינקאַטש־קרוין, כ’בענק נאָך דיר אַזוי
אַזוי ווי ס’האָט נאָך קיינער ניט געבענקט…
צו דײַנע חתונות די כּשרע פֿאַרחסידישט
צום פֿרישן פֿרעמדן רויש פֿון אונגאַרישע רייד
און צו דײַן פּרעכטיק לעבעדיק ייִדיש
דאָס אַלץ איז שוין פֿאַרבײַ, אין גאַנצן שוין אַוועק —
באַליידיקט ליידיק שטייט דײַן לאַטאָריצע־בערג
מײַן בענקשאַפֿט גופֿא — ביטערלעך פֿאַרחידושט.
(„מינקאַטש”)

דער פּאָעט בעט נישט קיין מחילה וואָס ער איז אַן אַלט־מאָדישער. עס איז אויך קלאָר, אַז די וועלט וואָס פֿאַרשווינדט איז נישט בלויז די ייִדישע, די אַמאָליקע ייִדיש־רעדנדיקע שטעט און שטעטלעך, נאָר אויך דער שטייגער לעבן איבער דער גאַנצער וועלט. דאָס באַשרײַבט ער מיט הומאָר, מיט אַ שמייכל, אינעם ליד „פֿייסבוק פֿרײַנדשאַפֿט”. דאָס ווערט אויסגעדריקט אויך מיט שפּראַכיקער שפּילעוודיקייט אַרום דעם וואָרט “גוגל” אינעם ליד „מעשׂה־גוגל”. מיר ברענגען צוויי פֿון די פֿיר סטראָפֿעס —

אין דײַן היימיש ענגן חוגל,
אינעם קרײַזל פֿון דײַן דאָ־זײַן
טוסט אַ מאָל זיך אַ צעגוגל — 
גאָט, מײַן גאָט, וואָס דאָ באַווײַזט זיך?!…

ווערסט מגולגל דורכן גוגל
אין אַ שפּײַכלער פֿון שיריים,
וואָס דו ביסט מער ניט מסוגל
זיי געהעריק צו פֿאַרדײַען.

די דאָזיקע שפּילעוודיקייט איז איינע פֿונעם פּאָעטס גרעסטע מעלות, און, לאָמיר זיך נישט נאַרן — אַזאַ מענטש מיט אַזאַ קענטעניש פֿון דער שפּראַך ווי ס’פֿאַרמאָגט קאַרלאָוו דאַרף מען הײַנט זוכן מיט ליכט. מע דערקענט אויך אין די לידער סײַ זײַן לינגוויסטישע אויסשולונג, סײַ זײַן היימישן ליטווישן ייִדיש.

אין געוויסע לידער דערנענטערט זיך דער שפּילעוודיקער סטיל צו פֿאָלקישן פּשטות, ווי אינעם ליד „וווּ ביסטו, פֿויגל?”

וווּ ביסטו, פֿויגל?
כ’דאַרף דיך נייטיק האָבן.
נאָך הײַנט באַדאַרף איך 
אויסהערן דײַן ליד —
אָן דיר, אָן דײַן געזאַנג
וועט מיר
דער טאָג ניט טויגן.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעטן ווי ד״ר שלום בערגער און ירמיהו־אַהרן טאַוב זענען קאַרלאָווס לידער לײַכטער צו פֿאַרדייען און קאַרלאָוו שטרעבט נישט צו שאַפֿן קיין מאָדערניסטישע מײַסטערווערק. מע קען פֿאַרשטיין דאָס ליד בײַם איבערלייענען צום ערשטן מאָל, און דערנאָך לייענט מען עס איבער אַ צווייט מאָל, נישט ווײַל מע פֿאַרשטייט אים נישט, נאָר סתּם פֿון הנאה וועגן. דאָס איז זיכער אַ געווינס פֿאַר ס’רובֿ לייענער און ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע.

„אָנגעצויגענע סטרונע” איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין 2016 ווי אַ טייל פֿון דער סעריע — „ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור”, אַ צווײַג פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור” אין תּל־אָבֿיבֿ. קיין סך אינפֿאָרמאַציע וועגן דער סעריע און די שוין אַרויסגעגעבענע ביכער ווייסן מיר ניט דאָ אין אַמעריקע און מע װאָלט דעם פּירסום מסתּמא געדאַרפֿט פֿאַרשפּרייטן אַ סך בעסער.