ווער דאַרף דען אַזוי פֿיל מתּנות?

Who Needs So Many Gifts?


פֿון מאָרי באַקמאַן

Published December 18, 2016, issue of December 28, 2016.

דער אַרטיקל קומט פֿון www.kveller.com — אַ בלאָג וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פֿראַגעס פֿון אויפֿכאָווען ייִדישע קינדער.

אַזאַ מענטש בין איך וואָס כ׳קען נישט פֿאַרטראָגן קיין איבערקערעניש. נישט נאָר דענערווירט מיך אַ הויז אַ באַלאַגאַן; סע מאַכט מיך ממש פֿילן קלויסטראָפֿאָביש בײַ זיך אין שטוב. אַז סע הייבן אָן צו גיין די יום־טובֿים נעם איך זיך אין די הענט אַרײַן און וויל אויסליידיקן און מאַכן אָרט פֿאַרן מבול פֿון מתּנות וואָס וועלן אָן שום ספֿק איבערנעמען דאָס הויז.

כאָטש אַ סך עלטערן פֿון קליינע קינדער מוטשען זיך מיט דעם, ווערט עס בײַ אונדזער משפּחה נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט דערפֿאַר וואָס מײַן 5־יעריק ייִנגעלע פּראַוועט זײַן געבוירן־טאָג אין שפּעט־דעצעמבער, און מײַנע קנאַפּע 2־יאָריקע צווילינג־טעכטערלעך — אין יאַנואַר. וויפֿל מאָל כ׳זאָל נישט בעטן בײַ אונדזערע קרובֿים און גוטע פֿרײַנד אַז איין מתּנה פֿאַר אַלע דרײַ וואָלט געקלעקט (איבער הויפּט די מיידעלעך, וואָס זענען צו יונג צו פֿאַרשטיין דעם טײַטש פֿון מתּנות בכלל), איז רעד צו דער וואַנט. זיי זאָגן מיר, אַז זיי ווילן נישט זשאַלעווען בײַ די קינדער זייער געבוירן־טאָג־מתּנה, בלויז ווײַל די דאַטע פֿאַלט אויס נאָענט צו חנוכּה.

דאָך, וויפֿל נײַע זאַכן — שפּילעכלעך, קליידער אאַז״וו — דאַרפֿן זיי? טאַקע דערפֿאַר גלוסט זיך מיר הײַיאָר בכלל נישט צו געבן די קינדער קיין געשאַנק.

בין איך דאָך אַ ייִדישע מאַמע, פֿיל איך זיך פֿאָרט אַ ביסל שולדיק.

דער פּראַקטישער צד אין מיר טענהט: מע וועט סײַ־ווי באַוואַרפֿן די קינדער פֿון אַלע זײַטן מיט מתּנות. וואָס כ׳זאָל זיי נישט קויפֿן וועט מסתּמא פֿאַרלוירן גיין, נישט אַזוי? לוינט זיך דען אויסצוגעבן געלט, נאָר כּדי אַרויסצוּווײַזן מײַן ברייטהאַרציקייט? וואָלט נישט בעסער געווען ווען כ׳לייג דאָס געלט אַרײַן אין זייערע קאַלעדזש־קאָנטעס (אָדער פּשוט האַלטן בײַ זיך, טאָמער קומען אונטער אַנדערע הוצאָות) און מאַכן דערבײַ אין הויז אַ ביסל מער אָרדענונג?

אַ גוטער, פּראַקטישער צוגאַנג. נאָר וואָדען? בין איך אויך, צו אַל די צרות, אַ שטיקל קמצניוק, וואָס ווייסט בכלל נישט ווי הנאה צו האָבן. דערצו, כאָטש כ׳ווייס אַז די קינדער מײַנע דאַרפֿן מער נישט קיין מתּנות, וואָלט געווען שיין צו זען די אויסדרוקן אויף די פּנימלעך ווען זיי וויקלען אויף אַ מתּנה און ווערן מלא־גדולה.

קלער איך וועגן אַ פּשרה. די גאַנצע פֿאַרצווײַגטע משפּחה וועט איינע פֿון די חנוכּה־נעכט זיכער קומען צו פֿאָרן אויף אַ שׂימחהלע. די קינדערלעך וועלן, ווי געוויינטלעך, קריגן אַ טוץ מתּנות, און ווען מײַנע טאַטע־מאַמע קומען וועלן זיי דאָך אויך עפּעס ברענגען און נאָך מער צעבאַלעווען די אייניקלעך. דערפֿאַר וועל איך מיט מײַן מאַן קויפֿן אונדזער 5־יאָריקן עטלעכע קליינטשיקע מתּנהלעך (למשל, ביכעלעך, קלעפּצעטלעך), וועט ער האָבן וואָס צו עפֿענען ווען מיר צינדן די חנוכּה־ליכט. עטלעכע פֿון זײַנע אַלטע שפּילעכלעך (וואָס מיר האָבן סײַ־ווי פּלאַנירט זיי אַוועקצוגעבן) וועלן מיר אײַנוויקלען און געבן די מיידעלעך. אַזוי וועט אויסזען ווי זיי קריגן אויך מתּנות. (נו, אפֿשר איז דאָס טאַקע אַ סימן אַז כ׳בין אַ קאַרגע, אָבער כ׳האַלט אַז די מיידעלעך וועלן זיך פֿרייען סתּם בײַם עפֿענען אַ קעסטעלע און זיך שפּילן מיטן שיינעם וויקל־פּאַפּיר.)

פֿאַרן זונס געבוירן־טאָג וועלן מיר אים קויפֿן בילעטן אויף עפּעס אַ הנאהדיקער עקסקורסיע, און אַ בילדעררעם. אַזוי וועט ער קענען אײַנרעמען אַ בילד פֿון אונדזער משפּחה ווען מיר וועלן זײַן אויפֿן אַרויספֿאָר און עס אויפֿהענגען בײַ אים אויף דער וואַנט. און אַזוי וועט ער שוין לאַנג געדענקען יענעם טאָג. אַזוי אַרום גיב איך אים סײַ אַ מתּנה וואָס ער קען ממש עפֿענען, סײַ איינע וואָס וועט זיך אים אָנהאַלטן אין זכּרון.

און די מיידעלעך? אפֿשר וועל איך גאָרנישט טאָן. זיי זענען דאָך צו יונג אָפּצושאַצן אַ מתּנה, און דעריבער לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל זיי צו שענקען עפּעס, נאָר כּדי מיר זאָלן זיי קענען זאָגן: „דאָס איז פֿון טאַטע־מאַמע“.

בין איך טאַקע צו קאַרג אָדער צו פּראַקטיש? ווער ווייסט? נאָר איין זאַך ווייס איך גוט: ווען איך זע ווי מײַנע קינדער האָבן הנאה פֿון אַ געבוירן־טאָג אָדער אַ חנוכּה־מסיבהלע, אַפֿילו אָן מתּנות, ווייס איך אַז כ׳האָב זיי ריכטיק דערצויגן.