צי זענען די דינאָזאַווערס כּשר? צום ערשטן מאָל האָב איך געהערט אַזאַ טשיקאַווע קשיא מיט איבער 20 יאָר צוריק אין רוסלאַנד.
אין אַ טייל ייִדישע קהילות שפּילן די קינדער בלויז מיט אַזעלכע „כּשרע‟ שפּילצײַג, ווי ציגעלעך און פֿייגעלעך. בײַ די תּולדות־אַהרנער חסידים זענען „טרייפֿענע‟ פּליושענע בערן, שוין אָפּגערעדט פֿון חזירל־פּושקעס, שטרענג פֿאַרבאָטן. אין טעאָריע, זענען די ליובאַוויטשער מסכּים מיט דער זעלבער שיטה.
מײַנער אַ ליובאַוויטשער חבֿר האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז שפּילעכל־דינאָזאַווערס זענען כּשר, ווײַל זיי רעפּרעזענטירן אויסגעטראַכטע חיות, וואָס האָבן קיינמאָל נישט עקזיסטירט.
אַזוי צי אַזוי, מיינען אַ סך מענטשן, אַז די דינאָזאַווערס זענען געווען ריזיקע רעפּטיליעס מיט אַ האַרטן גרינעם פּאַנצער. אַזוי ווערן זיי געשילדערט אין סטיווען ספּילבערגס קלאַסישן פֿילם, Jurassic Park [„פּאַרק פֿון דער יוראַ־תּקופֿה‟] וועגן אַן אינדזל, וווּ אַ גרופּע וויסנשאַפֿטלער האָט זיך אײַנגעגעבן אויפֿצולעבן פֿאַרשיידענע סכּנותדיקע פֿאָרהיסטאָרישע חיות. דער רעזשיסאָר פּלאַנירט אַרויסצולאָזן אַ נײַעם המשך אינעם יאָר 2018; זיכער וועלן מיר ווײַטער זען אויפֿן עקראַן די באַקאַנטע גיגאַנטישע גרינע יאַשטשערקעס.
אינעם „פּאַרק פֿון דער יוראַ־תּקופֿה‟ אַנאַליזירן די וויסנשאַפֿטלער דאָס דינאָזאַווער־בלוט אָפּגעהיט אין מאָסקיטן, וואָס זענען געבליבן פֿאַרגליווערט אין בורשטין. די פֿאָרשער רעקאָנסטרויִרן דעם גענעטישן קאָד פֿון די ריזיקע באַשעפֿענישן, און קלאָנירן זיי מיט גרויס דערפֿאָלג.
די „יוראַ־תּקופֿה‟ האָט געדויערט פֿון אַרום 201 ביז 145 מיליאָן יאָר צוריק. ס׳רובֿ חיות, וואָס ווערן געוויזן אין ספּילבערגס פֿילם, זענען אויפֿגעקומען אינעם שפּעטערדיקן „קרײַד־פּעריאָד‟. אין אַ געוויסן זין, איז מײַן ליובאַוויטשער חבֿר טאַקע גערעכט: די פּאָפּולערע שפּילעכלעך רעפּרעזענטירן גיכער ספּילבערגס פֿאַנטאַזיעס און שיידן זיך היפּש אונטער פֿון די אמתע דינאָזאַווערס. באַצירט מיט קאָליריקע פֿעדערן און צומאָל באַפֿליגלט, האָבן זיי אויסגעזען גיכער ווי אַ מין גיגאַנטישע שטרויכן און פּינגווינען.
דעם 8טן דעצעמבער איז אינעם זשורנאַל Current Biology („הײַנטצײַטיקע ביאָלאָגיע‟) פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן גאָר אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל. ד״ר לידאַ שטשינג, אַ פֿאָרשערין פֿון ביידזשין, האָט מיט אַ יאָר צוריק געקויפֿט בײַ אַ הענדלער אין מיאַנמאַר אַ רעלאַטיוו גרויסן שטיק בורשטין מיט פֿאָסילן. בראָש מיט איר, האָבן אַ צאָל כינעזישע וויסנשאַפֿטלער באַשטעטיקט, אַז אינעם בורשין איז וווּנדערלעך גוט אָפּגעהיט געוואָרן אַן עק פֿון אַ יונגן דינאָזאַווער. פּונקט ווי אין ספּילבערגס פֿילם, באַגלייטן דאָס געפֿינס פֿאַרגליווערטע מאָסקיטן. דער רעזשיסאָר וואָלט אָבער זיכער נישט געחלומט אינעם יאָר 1993, אַז די פֿאָרהיסטאָרישע חיה איז אַרומגעגאַנגען באַפּוצט מיט פֿעדערן.
לויט פֿאַרשיידענע דירעקטע און אומדירעקטע סימנים, גלייבן די הײַנטיקע פּאַלעאָנטאָלאָגן, אַז אַ סך — מעגלעך, אַלע — דינאָזאַווערס זענען געווען באַפֿעדערטע באַשעפֿענישן. דער בורשטין איז אָבער דער איינציקער מאַטעריאַל, וווּ אַזעלכע דעליקאַטע פֿאָסילן, ווי פֿעדערן, ווערן נישט צעשעדיקט. אינעם מיאַנמאַרער געפֿינס איז במשך פֿון בערך 99 מיליאָן יאָר אָפּגעהיט געוואָרן אַ גאַנצער פֿראַגמענט פֿון דער אַמאָליקער לעבעדיקער נאַטור.
ס’איז אינטערעסאַנט, אַז באַפֿליגלטע דראַקאָנען און באַפֿעדערטע רעפּטיליעס טרעפֿן זיך אין פֿאַרשיידענע לעגענדעס אַרום דער וועלט. צו קעטצאַטקאָאַטל, אַ שלאַנג מיט גרינע פֿעדערן, פֿלעגן די אוראַלטע אַצטעקן און אַנדערע צענטראַל־אַמעריקאַנער פֿעלקער, נעבעך, ברענגען מענטשלעכע קרבנות. דעם גרעסטן אַנטדעקטן פּטעראָזאַווער — אַ פֿליִענדיקן מין דינאָזאַווער ביז 35 פֿוס די גרייס — האָבן די וויסנשאַפֿטלער געגעבן דעם נאָמען פֿון דער פֿינצטערער אַצטעקישער עבֿודה־זרה. לויט דער דערמאָנטער ליובאַוויטשער לאָגיק, צי מעג אַ ייִדיש קינד זיך שפּילן מיט אַ פֿיגור, וואָס דערמאָנט אין קעטצאַטקאָאַטל? ס׳איז דאָך בלויז אַן אויסטראַכטעניש.
לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן, אַז אין דער צוקונפֿט וועט זיך אײַנגעבן צו פֿאַרווירקלעכן ספּילבערגס פֿאַנטאַזיע און אויפֿלעבן דעם קליינעם פֿליִענדיקן דינאָזאַווער אַרכעאָפּטעריקס. צי קאָן אַזאַ באַשעפֿעניש זײַן כּשר? טעאָרעטעש, זענען ס׳רובֿ פֿייגל אין דער וועלט כּשר, הגם בלויז אין געציילטע פֿאַלן האָבן מיר אַ פּראַקטישע מסורה וועגן זייער כּשרות. מע איז זיך משער, אַז דער אַרכעאָפּטעריקס האָט אויסגעזען ווי אַ טשיקאַווע קאַטשקע. צוליב אַ ריי סיבות איז אָבער כּמעט זיכער אוממעגלעך צו רעקאָנסטרויִרן דעם גענעטישן קאָד פֿון דינאָזאַווערס; נאָך מיליאָנען יאָר איז עס אינגאַנצן צעשעדיקט געוואָרן.
הגם ס׳איז אוממעגלעך דורכצופֿירן דירעקטע גענעטישע פֿאַרגלײַך־שטודיעס, האָבן די פּאַלעאָנטאָלאָגן געזאַמלט אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן די אוראַלטע חיות, לויט וועלכער עס באַקומט זיך, אַז די דינאָזאַווערס זענען נישט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. אַלע הײַנטיקע פֿייגל שטעלן מיט זיך פֿאָר דעם איינציקן צווײַג פֿון דער דינאָזאַווערישער משפּחה, וואָס בליט נאָך אַלץ אַרום אונדז.
אויב אַזוי, זענען געוויסע מינים דינאָזאַווערס טאַקע כּשר. הגם די ריזיקע אוראַלטע חיות זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן מיט 66 מיליאָן צוריק, טרעפֿן מיר זייערע קליינע קרובֿים אויף יעדן שריט און טריט. ווען איר עסט אייער אָדער הינער־זופּ לכּבֿוד שבת, זײַט וויסן, אַז פֿאַקטיש עסט איר אַ דינאָזאַווער.
ערנסט געזאָגט, קאָן די חרדישע קעגנערשאַפֿט צו די הײַנטצײַטיקע אַנטדעקונגען אין ביאָלאָגיע ברענגען צו קרומע רעזולטאַטן. געאָלאָגיע און פּאַלעאָנטאָלאָגיע זענען גאַנץ פּינקטלעכע און גוט אַנטוויקלטע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט. אין מאַרץ האָט זיך אינעם ניו־יאָרקער מוזיי פֿון נאַטור־געשיכטע זיך אָנגעהויבן אַן אינטערעסאַנטע אויסשטעלונג מיטן נאָמען „דינאָזאַווערס צווישן אונדז‟, וווּ די באַזוכער קאָנען אָפּשאַצן די רעקאָנסטרוקציע פֿון אַמאָליקע ריזיקע חיות, און פֿאַרשטיין, אַז אַפֿילו די פּיצל־קליינע קאָליברי־פֿייגעלעך (hummingbirds) געהערן צו דער זעלבער משפּחה. די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 2טן יאַנואַר.
אין ס׳רובֿ חרדישע חדרים לערנען די קינדער, אַז די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן מיט 5777 יאָר צוריק און האָט זיך זינט דעמאָלט קיינמאָל נישט געביטן. די, וואָס טײַטשן אָפּ די ששת־ימי־בראשית ווי לאַנגע געאָלאָגישע תּקופֿות, זענען בײַ זיי געפֿערלעכע אַפּיקורסים. די ביינער פֿון דינאָזאַווערס האָבן די גויים אויסגעטראַכט און געמאַכט פֿון ליים — טענהן זיי — כּדי צו פֿאַרפֿירן די ייִדישע קינדער. ווען אַ מענטש, דערצויגן אין אַזאַ סבֿיבֿה, הייבט אָן זיך ערנסט אינטערעסירן מיט וויסנשאַפֿט, קאָן ער מאַכן אַן אויספֿיר, אַז די גאַנצע טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט איז באַגרינדעט אויף קאָנספּיראָלאָגישע שטותים.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז די לאָגיק פֿון אויסטערלישע „אַנטי־דינאָזאַווערישע‟ טעאָריעס נישט בעסער, ווי דאָס אָפּלייקענען דעם ייִדישן חורבן אָדער די זוכענישן פֿון די „אמתע‟ געהיימע כּוחות, וואָס האָבן צעשטערט די צווילינג־טורעמס אין ניו־יאָרק. יעדער אַמעריקאַנער קאָן באַזוכן די פּאַלעאָנטאָלאָגישע אויסגראָבונגען אינעם שטאַט יוטע אָדער אין אַלבערטע, קאַנאַדע, און זען מיט זײַנע אייגענע אויגן, אַז אין די שטיינער געפֿינט מען כּסדר ביינער פֿון אוראַלטע חיות. אַלבערטע איז איינער פֿון די גרעסטע בורשטין־צענטערס אין דער וועלט, וווּ מע האָט שוין אַ סך מאָל געפֿונען פֿאַרגליווערטע פֿעדערן פֿון דינאָזאַווערס. די הײַנטיקע אַנטדעקונג פֿון די כינעזישער פֿאָרשער איז אָבער דער בעסטער מוסטער פֿון אַזאַ געפֿינס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.