עס איז אים, אַפּנים, באַשערט געווען צו בלײַבן אויף שטענדיק אין דער ערד פֿון זײַן היים, אַוועקטראָגנדיק מיט זיך אין דער אייביקייט דעם שענסטן חלום זײַנעם — זיך באַזעצן און דערציִען זײַנע קינדער אין ארץ־ישׂראל.
„פֿון מײַן היים” און „אונדזער לאַנד” — אַזוי הייסן זײַנע צוויי גרונטביכער, אַרויסגעלאָזט אין קעשענעוו אין 1936 און אין 1938.
אין ערשטן בוך זײַנען אַרײַן זײַנע דערציילונגען, אָנגעשריבן אין פֿאַרשיידענע יאָרן, און אַלע זײַנען זיי געווידמעט דעם שטח צווישן פּרוט און נעסטער, מיטן נאָמען בעסאַראַביע. דאָרט איז די ייִדן דערלויבט געווען צו פֿלאַנצן ווײַנגערטנער און סעדער, פּאַשען שאָף און רינדער; דאָרט איז די ייִדישע יוגנט באַגײַסטערט געווען חלוציש און אָנגעשטעקט מיט „לינקע” טרוימען.
וועגן די דאָזיקע מיטצײַטלער זײַנע, בעסאַראַבער ייִנגלעך און מיידלעך, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט זייער אַלטע היים און זיך געלאָזט צו פֿאַרווירקלעכן דעם חלום וועגן אַן אייגן לאַנד, איז ראָזענטאַלס צווייט בוך.
„מײַן היים” און „אונדזער לאַנד” זײַנען צוויי יסודותדיקע טיילן פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן; צוויי וועלטן, וואָס האָבן זיך סײַ אָרגאַניש צונויפֿגעפֿלאָכטן, סײַ געקומען צווישן זיך אין סתּירות.
זײַן היים און משפּחה — אַ ייִחוסדיקע און אַן אָרעמע. צום ייִחוס האָט געהערט דער באַקאַנטער תּלמיד־חכם צבֿי אַשכּנז. שפּעטער, ווען דער סטודענט פֿונעם אָדעסער אוניווערסיטעט, זלמן ראָזענטאַל, האָט אָפּגעדרוקט אין מרדכי ספּעקטאָרס „אונדזער לעבן” זײַן ערשטע דערציילונג „מאָנאָלאָג פֿון אַ שוויגער”, האָט ער זי אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים ש. אַשכּנז. מעגלעך, עס איז געווען אַן אינערלעכע שטרעבונג זיך אָנצוקניפּן אין דעם משפּחה־ייִחוס, כּדי ציִען דעם סופֿרישן פֿאָדעם ווײַטער. נאָך איין מענטש, מיט וועלכן עס האָט שטאָלצירט די משפּחה — זײַן פֿעטער, דער העברעיִשער און ייִדישער שרײַבער און איבערזעצער אליעזר־דוד ראָזענטאַל.
זלמן ראָזענטאַל איז געבוירן געוואָרן אין 1890, אין שטעטל טעלענעשט.
צו יענער צײַט, ווען ער האָט זיך באַוויזן אויף דער וועלט, האָבן אין טעלענעשט פֿון 4,379 נפֿשות געוווינט 3,876 ייִדן. די דאָרטיקע ייִדן האָבן געשמט איבער דער וועלט ווי גרויסע מומחים פֿון שאָף. אַז אַ טעלענעשטער ייִד פֿלעגט אויסשינדן אַ שמויש, איז געווען וואָס צו נעמען אין די הענט. פֿון אַמעריקע זײַנען געקומען אַהין ייִדישע סוחרים, אײַנצוהאַנדלען קאַראַקול.
גראָד וועסנע־צײַט פֿלעגט עס געשען, ווען יעדעס גרעזעלע ציט זיך צום הימל, און יעדער בוים אין די מאָלדאַווישע קאָדרי־וועלדער וואַכן אויף פֿונעם ווינטערדיקן שלאָף, קומט די צײַט צו שעכטן די לעמעלעך. אַלץ אַרום ווערט פֿאַרציטערט פֿאַר דעם לעצטן געוויין פֿון די שיינע באַשעפֿענישן. די געשרייען האָבן זיך טיף אײַנגעקריצט אינעם זכּרון פֿונעם קליינעם זלמן, צוזאַמען מיט די קולות פֿון אַנדערע בהמות און עופֿות. ער האָט גוט פֿאַרשטאַנען זייער שפּראַך און זי דערנאָך איבערגעטײַטשט מיט מענטשלעכע ווערטער אין זײַנע מעשׂיות און געשיכטעס. ראָזענטאַל האָט זיי געדרוקט אין די צוויי חודש־זשורנאַלן פֿאַר קינדער אונטער זײַן רעדאַקציע: „פֿאַרן ייִדישן קינד” אויף ייִדיש און „אשכּולות” אויף העברעיִש.
דאָס דערקענען דעם אַרום האָט זיך אָנגעהויבן פֿרי. דער פֿאָטער, בשותּפֿות מיט נאָך אַ פּאָר טעלענעשטער ייִדן, האָט געהאַלטן אַ תּבֿואה־שפּײַכלער; איז אים אויסגעקומען אַרומצופֿאָרן איבער די דערפֿער. אָפֿט האָט זיך נאָך אים נאָכגעשלעפּט דער קליינער זלמן. דאָס ייִדישע קינד אין גלות הייבט זייער פֿרי אָן צו פֿאַרשטיין, אַז די וועלט באַשטייט פֿון ייִדן און גויים. די אַזוי גערופֿענע אויסדערוויילטקייט און אַנדערשקייט ברענגט דעם ייִד צו כּסדרדיקע סתּירות, קודם־כּל, מיט זיך אַליין. אַ ייִדישער קינסטלער פֿילט עס באַזונדערס שאַרף.
אין מעשׂים און רייד פֿון אַ קינד, מיט זײַן תּמימותדיקייט און ריינקייט ווײַזט זיך די אַנדערשקייט אַרויס נאָך קלאָרער און בולטער. מע דאַרף עס נאָר קענען דערזען. ראָזענטאַל, וואָס האָט אַ לענגערע צײַט געצויגן די חיונה פֿון לערערײַ, האָט געקוקט אויפֿן ייִדישן קינד מיט אויגן פֿון אַ לערער, אָבער אַליין האָט ער די וועלט אויך געזען מיט די אויגן פֿון אַ גרויס קינד.
דערפֿישע קינדער, פֿערד, נאַכט, פֿײַער — זייער אַ פֿאַרשפּרייטע טעמע אין דער רוסישער ליטעראַטור. אין ראָזענטאַלס דערציילונג „אויפֿן באַרג” ליגן אַרום דעם שײַטער עטלעכע ייִדישע ייִנגלעך, „קינדער פֿון די היגע אַרענדאַרן” און „אַ קאָמפּאַניע היימישע שקאָצימלעך”. וואָס קאָן נאָך מער פֿאַראייניקן קינדער ווי די שטילקייט פֿון זומער־נאַכט און די פֿינקלענדיקע צינגער פֿונעם פֿײַער?! און אַזוי קומט עס טאַקע פֿאָר, ביז די קינדער הייבן אָן צו דערציילן מעשׂיות.
משה פֿאַרפֿירט אַ מעשׂה וועגן אליהו הנבֿיא מיט אַ גוטן ייִד, וועגן דעם „שם־המפֿורש”, וועגן תּורה און „ראַטעווען אַ ייִדישע שטאָט, וואָס שׂונאים האָבן זי געוואָלט אומברענגען”; און וואַסילי מיט טודאָר זײַנען געבליבן זיצן אין אַ זײַט און געשמועסט וועגן שקאַפּעס, לאָשיקלעך, האָזלעך, וואָס „מע קען כאַפּן אין נאָענטן פֿעלד, און וועגן פֿייגעלעך, וועלכע מ’האָט נעכטן געקעפּט, צילנדיק אויף זיי גלאַטע שטיינדלעך”.
און דאָך האָבן די ייִדישע קינדער פֿון די דערפֿישע ייִדן אײַנגעזאַפּט, באַגלײַך מיט די חדר־מעשׂיות, אויך די „זיסע פֿאָרניאַלע פֿונעם טשאָבאַן” — די זיסע ניגונים פֿונעם פּאַסטעך.
קינדער ווילן נאָכמאַכן די גרויסע. דאָס ייִנגעלע שימעק פֿון דער דערציילונג „אַ גוי ווי דער טאַטע”, חלומט, למשל, צו זײַן אַ פֿאַעטאָנטשיק, ווי זײַן פֿאָטער וועלוועלע. „ווען שימעק זעט מיט זײַנע אויגן פֿיר פֿערד, אײַנגעשפּאַנט אין פֿאַעטאָן צי אין וואָגן, פֿילט דעם געשמאַקן ריח פֿונעם שמעקנדיקן היי, האַלט מיט זײַנע הענט עטלעכע לעדערנע ווישקעס, און טראָגט אונטער די רימענעס מיט די גלעקלעך דעם פֿאָטער, אָנצוטאָן די פֿערד — גייט אים אָן די גאַנצע תּורה מיט דער רש״י, מיט עבֿרי אין דער לינקער פּאה.” און וועלוועלע לייגט אײַן די וועלט, אַבי זײַן זון זאָל נישט בלײַבן אַזאַ גוי ווי זײַן טאַטע.
פֿרי האָט זלמן ראָזענטאַל פֿאַרלאָזט די משפּחה, די היים, דאָס אייגן שטעטל — אַוועק אין דער גרויסער שטאָט אָדעס „שעפּן תּורה און בילדונג פֿאַר יעדער פּרײַז”. איז ווידער, אַ ייִדישער פּאַראַדאָקס: פֿאַרלאָזנדיק דאָס שטעטל האָט מען דאָס גאַנצע לעבן נאָכן שטעטל געבענקט. ערשט אין דער גרויסער שטאָט, זיצנדיק איבער אַ ביכל אין אַ קליין צימערל ערגעץ אויפֿן פֿינפֿטן שטאָק, כאַפּט פּלוצעם אַ ייִדישער אויער אויף, דורך דעם שטאָטישן הו־האַ, אַ פּויערישן געשריי: „אויס־צאָ! אויס־צאָ!” — און אַ משונהדיקע בענקשאַפֿט הילט אײַן דאָס האַרץ; און עס וויל זיך אַנטלויפֿן צוריק. ווידער זען דאָס שטעטל, די אייגענע היימישע פּנימער, און די „פּויערים, וואָס וווינען בײַם טײַך אין די ערשטע באָרדייען־כאַלופּעס”.
ווי אַ גורלדיקע זאַך, ווי אַ סך־הכּל צו אייביקע ספֿקות און סתּירות, וואָס גיבן נישט קיין רו דעם קינסטלער, קלינגען זײַנע ווערטער: „אַזוי פֿיל פֿעדעם בינדן צונויף דאָס שטעטל מיטן דאָרף, און עפּעס איז פֿאַראַן אַ געהיימע פֿאַרבינדונג צווישן אַלטן בית־המדרש אין שטעטל און די שעפֿעלעך, וואָס פּאַשען זיך אַנטקעגן אויפֿן טאָל…” („אַ גרוס פֿון דער היים”)
באַזונדערס קניפּט זיך אָן די „געהיימע פֿאַרבינדונג” צווישן די צוויי וועלטן, און אַלע דור־דורותדיקע „געטלעכע” סיכסוכים טרעטן אָפּ, ווען אויף דעם אַלגעמיינעם שטיקל ערד קומט אַן אומגליק — איינער פֿאַר אַלעמען, ווי עס געשעט אין דער דערציילונג „פֿאַרן אָרון”.
די טריקעניש הרגעט אויס די גאַנצע פּויערישע האָרעוואַניע: „דער טוטין קען נאָך אויסגעטריקנט ווערן. די פֿעלדער ווערן פֿאַרברענט פֿון טאָג צו טאָג. פּאַפּעשויעס [פּאָפּשויעס] איז אוממעגלעך גאָר צו פֿראַשעווען, אַזוי פֿאַרדאַרט איז די ערד.” און דעמאָלט, אין תּוך פֿון דער אַנדערשקייט און אָפּגעזונדערטקייט, ווערט געבוירן אַ סתּם מענטשלעכער צוזאַמענבונד. דהײַנו: די ייִדן שטעלן זיך פֿאַרן אָרון־קודש און בעטן בײַ זייער גאָט אַ רעגן „פֿאַר דער תּבֿואה, רעגן פֿאַר די פֿאַרדאַרטע אויסגעטריקנטע פֿעלדער”. און אויך די גויים נעמען זיך אינעם זעלבן טאָג צונויף אין אַ קלויסטער, כּדי צו בעטן בײַ זייער גאָט אויף אַ רעגן.
אַ וויכטיק אָרט פֿאַרנעמט אין ראָזענטאַלס פּראָזע דער פּייסאַזש. די נאַטור אין זײַנע דערציילונגען איז נישט פּשוט אַ הינטערגרונט, אַ קאַנווע, אויף וועלכער עס וויקלט זיך פֿונאַנדער דער סיפּור־המעשׂה; זי איז אַליין אַ פּערסאָנאַזש, צו מאָל אַפֿילו אַ מער „פֿאַרמענטשלעכטער”, איידער די מענטשן אַליין. דער פּייסאַזש טראָגט אַ פּסיכאָלאָגישע אָנלאָדונג — שאַפֿט די אַלגעמיינע אַטמאָספֿער פֿון דער דערציילונג, אָדער ער גיט צו נײַע שטריכן צום אינערלעכן צושטאַנד פֿון די העלדן.
ראָזענטאַלס פּייסאַזשן טיילן זיך אויס מיט זייער שפּראַכלעכער בילדערישקייט; זיי זײַנען אָנגעזעטיקט מיטן אָרטיקן ייִדיש: „די פּאַפּעשויעס צײַטיקן דעם קאַטשאַן”, „רײַף־רויטע ציגײַנערישע עפּעלעך”, „געשמאַק־שמעקנדיקע בלעטער פֿון אַ נוסנבוים”, „וואָלקנדלעך, וואָס ליגן שורותווײַז, ווי לעמער”, וכּדומה.
מײַסטעריש און בולט מאָלט ראָזענטאַל דעם לעבנס־שטייגער פֿון ייִדן און גויים, עס פֿעלט נישט אויס קיין איין פּרט, ווײַל אַלץ איז וויכטיק, אַלץ איז צווישן זיך פֿאַרבונדן: „פֿאָרויס דער שטוב שטייט אַ שטרויען דעכל אויף פֿיר דרוקעס. דאָ איז אַן אָרט פֿאַרן וועגעלע […]. דאָ געפֿינט זיך אויך אַ פֿעסל אָן אַ דנאָ. אַ פּאָר רייפֿלעך זײַנען אַראָפּגעפֿאַלן צו דער ערד. אויף דער איינער וואַנט הענגען אויף הילצערנע פֿלעקלעך: אַ האַק, אַ ביסל טשערעט, אַ זעגל, עטלעכע שטיקלעך ברייטלעך מיט פֿאַרזשאַווערטע צוועקעס.” („אין ווײַנגאָרטן”) יעדע זאַך דאָ זאָגט עדות וועגן דעם מענטש, וואָס וווינט אין דעם שטיבל, און באַניצט זיך מיט זיי; וועגן זײַן פֿאַך און כאַראַקטער, אַפֿילו וועגן זײַן עלטער.
ראָזענטאַלס שפּראַך שפּרודלט מיט אידיאָמען. בלויז עטלעכע בײַשפּילן: „מ׳האָט געזען מיט די אויגן קוקנדיק, ווי דעם מענטשן גליקט; ס׳האָט ממש גערעגנט אויף אים מיט פּרנסה; פֿון די אַכט שענקערס אויף זײַן גאַס, האָט ער איינער פּשוט געשאַרט מיט די לאָפּעטעס; מ’האָט קיין הענט נישט געהאַט: מ’האָט געזשויבט גרודעס גאָלד…” („פֿון דער זײַט פּלויט”)
די רומענישע ווערטער, אָדער ווי די אָרטיקע ייִדן פֿלעגן רופֿן די שפּראַך פֿון די מאָלדאַוואַנער, „וואָלעכיש”, האָט דער שרײַבער ממש אַרויסגעכאַפּט פֿונעם ייִדישן מויל. זיי פֿינקלען דאָ און דאָרט אויפֿן שטח פֿון זײַנע דערציילונגען, צוגעבנדיק זיי אַ ספּעציעל־לאָקאַלן חן.
אויך די נעמען פֿון זײַנע העלדן טראָגן אַ ספּעציפֿיש־בעסאַראַבער כאַראַקטער, עטימאָלאָגיש אויפֿגעקומען פֿון וואָלעכיש: „וואַרזאַר, פּאַסקאַר, טשאַקע, נאָקע, מאַגאַר…”
נישט קיין נײַע טעמעס און נישט מאָדערניסטישע גענג זײַנען אייגנטימלעך פֿאַר זײַן שאַפֿונג. ראָזענטאַל האַלט זיך בײַם אַלטן זאָג: „אין חדש תּחת השמש” — ליבע, שלום און מלחמה, מענטשן און גאָט, נאַטור און קינד, — אין די ראַמען פֿון אָט די אייביקע טעמעס געפֿינט דער מחבר אויס אַ ווינקעלע, וואָס נאָר זײַן קינסטלערישע פּען, אײַנגעטונקען אין די זאַפֿטן פֿונעם בעסאַראַבער ייִדיש, איז מסוגל צו באַשרײַבן.
זלמן ראָזענטאַלס טאַלאַנט ווי אַ ליריקער האָט זיך באַזונדערס אַנטפּלעקט אין דער דערציילונג „אין ווײַנגאָרטן”. אין תּוך איז עס אַ משל וועגן אָדם און חווהן, וואָס האָבן פֿאַרבלאָדזשעט אין אַ בעסאַראַבער דאָרף סוף 1930ער יאָרן. אַ געשיכטע, וואָס איז אַלט און יונג ווי די וועלט. דער ייִדישער בחור מאיר, אַ דאָרפֿס־ייִד און די טאָכטער פֿון אַ פּויער, איליאַנע, האָבן זיך ליב. זייער ליבע איז אַ שטילע און פֿאַרבאָרגענע, און נאָר די נאַטור הערט ווי עס קלאַפּן זייערע הערצער. און אויב איליאַנעס געשטאַלט איז געשילדערט אָפֿן און פֿאַרביק, וואָס דאַרף הייסן, אָט אַזאַ איז זי — אַ געזונטע, בײַ זיך אין דער היים, אויף דער אייגענער ערד, — דערוויסן מיר זיך צום ערשטן מאָל וועגן מאירן דורך זײַן פֿײַף פֿון יענער זײַט פּלויט, ווי עפּעס אַ גנבֿישער סיגנאַל, און ערשט דערנאָך באַווײַזט ער זיך אַליין, ריכטיקער, „זײַנע איבערגעשראָקענע אויגן”, וואָס בלישטשען אין דער פֿינצטער.
דער צענטראַלער מאָמענט פֿון דער געשיכטע קומט פֿאָר אין ווײַנגאָרטן. דאָרט אין דעם קאָליבע־געצעלט קומט צו אַלע מוראס און ספֿקות אַ סוף, ווײַל די ליבע און, מעגלעך, דער זינד איז שטאַרקער פֿון די דורותדיקע פֿאַרווערן; דאָרט שעפּטשעט מאיר אַרײַן אין איליאַנעס אויער: „דאָ אין קאַליבע פֿאַרבלײַב איך מיט דיר אויף שטענדיק”.
אין קאָנטראַסט צו דעם, וואָס ס’איז געשען אין גיכן מיט זלמן ראָזענטאַל און מיטן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום בכלל, קען די דערציילונג באַטראַכט ווערן ווי אַ פּאַסטאָראַל פֿאַרן חורבן.
אַלע זײַנע שילדערונגען פֿון מענטשן און דער נאַטור זײַנען אײַנגעהילט אין ראָזענטאַלס געמיט, וואָס צערײַסט זיך צווישן צוויי זײַנע גרויסע ליבעס — בעסאַראַבער היים און דאָס לאַנד פֿון חומש. בשעת זײַנע דרײַ רײַזעס איבער ארץ־ישׂראל (אין 1924, 1934 און 1938), האָט ראָזענטאַל אָנגערירט כּמעט אַלע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין פּאַלעסטינע: דער אויפֿבוי פֿון נײַע שטעט — תּל־אָבֿיבֿ, רחובֿות, נס־ציונה און נײַע ייִשובֿים, וואָס די בעסאַראַבער ייִנגלעך און מיידלעך האָבן אויפֿגעשטעלט; די פּראָבלעמען אין די קיבוצים, דער שטייגער און מינהגים פֿון די שומרונים און תּימנער ייִדן, בעדויִנער און קריסטן, די באַציִונגען צווישן ייִדן און אַראַבער. די תּנכישע פּייסאַזשן און די הייליקע ערטער פֿאַרכאַפּן זײַן אויג און… פֿירן אים אַוועק צוריק אַהיים, צו די אומעטיקע סטעפּעס און רוישיקע קאָדרען, צו די בעסאַראַבער זומער־פֿאַרנאַכטן.
צוריק גערעדט, בשעתן זיצן בײַם פֿאַרפֿרוירענעם פֿענצטער אינעם אייגענעם שטעטל, אײַנגעקוטעט אין „פֿראָסטיקע יסורים”, גיט דער שרײַבער אַ בלעטער אויף דעם בלומען־אַלבאָם, וואָס ער האָט געבראַכט פֿון ירושלים, און פּלוצעם ווערט אים „אין די אויגן ליכטיקער און וואַרעמער”. עס דערגייט צו אים אַ ניגון, וואָס ער האָט אַמאָל געהערט פֿון אַ רוסישן חלוץ אין אַ שטילן פֿאַרנאַכט, אין דער שטאָט טבֿריה, בײַם ים כּנרת: „וועל איך דיר פֿון דאָרטן שיקן/ פֿון אַ מאַנדלבוים אַ בלעטל,/ זאָלסט עס, מאַמע, יעדן ווײַזן,/ קליין און גרויס בײַ אונדז אין שטעטל.”
און ווידער ציִען זיך פֿעדעמלעך פֿון אַ „געהיימער פֿאַרבינדונג” צווישן זײַנע צוויי וועלטן — בעסאַראַביע און ארץ־ישׂראל, — די אינטימע היים און דאָס לאַנד פֿאַר זײַן פֿאָלק.
פּראָזע, פּובליציסטיק; לידער און מעשׂיות פֿאַר קינדער; לידער, וועלכע ס’האָט געזונגען דאָס פֿאָלק, נישט וויסנדיק אַפֿילו ווער איז זייער מחבר: „ס׳איז צעבראָכן אונדזער דעכל”, „בײַ דעם שטעטל”; און דערבײַ גייט אָן אַ טאָג־טעגלעכע אַרבעט אין דער צײַטונג „אונדזער צײַט”, וווּ זלמן ראָזענטאַל איז געווען דער רעדאַקטאָר במשך פֿון 14 יאָר, פֿון 1924 ביז 1938, ווען די רומענישע פֿאַשיסטן האָבן זי געשלאָסן.
דער גורל פֿון זלמן ראָזענטאַל איז, אַפּנים, באַשטימט געווען נישט אין הימל, נאָר אין צוויי ערדישע קאַנצעלאַריעס: זײַן נאָמען האָבן אַרײַנגעשריבן די נאַציס אין דער רשימה פֿון די פּערזאָנען, וואָס „געהערן צו דער קאַטעגאָריע פֿון באַזונדערס געפֿערלעכע עלעמענטן פֿאַרן דריטן רײַך”, און וואָס מוזן „באַלד אַרעסטירט ווערן בײַ דער ערשטער געלעגנהייט”.
די צווייטע קאַנצעלאַריע, וואָס האָט פֿאַקטיש אויסגעפֿירט דעם באַפֿעל פֿונעם דריטן רײַך, איז געווען די „ענקאַוועדע”. אין יולי 1940 איז ראָזענטאַל אַרעסטירט געוואָרן און נאָך עטלעכע חדשים פֿון פּײַניקונג פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 8 יאָר לאַגער־רעזשים. אָפּגעווען אין „גולאַג” איז ער גאַנצע 14 יאָר.
געשטאָרבן איז זלמן ראָזענטאַל אין קעשענעוו, דעם 19טן מאַרץ 1959.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.