חוה ראָזענטאַל, די דירעקטאָרשע פֿון מוזיי אין דער שטאָט מאָזעסװיל, די ערשטע אַגראַר־קאָלאָניע פֿון באַראָן הירש אין אַרגענטינע, האָט זיך באַטייליקט אין בערלין אויפֿן יערלעכן צוזאַמענפֿאָר פֿון ESQR) European Society for Quality Research), די אייראָפּעישע געזעלשאַפֿט פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון קװאַליטעט, װאָס האָט פֿאַרטיילט דעם קאָמונאַלן היסטאָרישן מוזיי פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע א״נ אַהרן גאָלדמאַן די ערשטע פּרעמיע פֿאַרן יאָר 2016.
די פּרעמיע װערט פֿאַרטיילט צו אינסטיטוציעס פֿון דער גאָרער װעלט אַיבער דער „עטיק און די איניציאַטיװן װאָס װײַזן דעם אויסערגעװיינטלעכן דערפֿאָלג און די קװאַליטעט פֿון זייערע אונטערנעמונגען”. דער בײַטראָג פֿון דעם מוזיי פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין אַרגענטינע איז ביז גאָר װיכטיק, און דער אָפּמאַך װאָס איז הײַיאָר אונטערגעשריבן געװאָרן מיטן אַרגענטינער ייִװאָ, װאָס װעט דערמעגלעכן די דיגיטאַליזירונג פֿון די אַרכיװן, װעט באַזאָרגן די פֿאָרשערס מיט די גװאַלדיקע מאַטעריאַלן װאָס דער מוזיי פֿאַרמאָגט.
דעם 15טן דעצעמבער איז אין פּאַראַנאַ, די הויפּטשטאָט פֿון דער פּראָװינץ ענטרע־ריאָס, לעבן בוענאָס־אײַרעס, באַערט געװאָרן די ערשטע גרופּע אימיגראַנטן װאָס איז אָנגעקומען קיין אַרגענטינע מיט דער שיף „פּאַמפּאַ” דעם 15טן דעצעמבער 1891, מיט דער הילף פֿון באַראָן הירש.
די „פּאַמפּיסטן” איז דער צונאָמען פֿאַר דער גרופּע פֿון 600 מענטשן וואָס האָט געזאָלט אימיגרירן קיין פּאַלעסטינע, אָבער מען האָט זיי נישט אַרײַנגעלאָזט און זיי זײַנען געבליבן שטעקן אין קאָנסטאַנטינאָפּל, אין געפֿערלעכע באַדינגונגען. די געזעלשאַפֿט פֿון באַראָן, די „ייִקאַ (Jewish Colonization Association) איז געשאַפֿן געװאָרן אין דעם זעלביקן יאָר און די רײַזע איז געװען פֿון די ערשטע אויפֿטוען פֿון דער געזעלשאַפֿט. די אימפּראָװיזאַציע איז געװען אַזוי גרויס אַז װען זיי זײַנען אָנגעקומען אין בוענאָס־אײַרעס, האָט מען נישט געהאַט װאָס צו טאָן מיט די אימיגראַנטן, װאָס זײַנען פֿאַרשלעפּט געװאָרן מיט דער שיף צו די ברעגן פֿון אַ קוראָרט „מאַר דעל סור (דרום־ים), אַ 500 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס. די קינדערלעך האָבן דאָרט צום ערשטן מאָל אין זייער לעבן געזען פּאָפּוגײַען, אָנגעהויבן זיך צו שפּילן מיט זיי, און ווי אַ רעזולטאַט האָט אַ מוראדיקע עפּידעמיע, פּסיטאַקאָסיס, װאָס װילדע פּאָפּוגײַען פֿאַרשפּרייטן, אומגעבראַכט צענדליקער קינדער. זיי זיינען באַערדיקט געװאָרן אויפֿן אָרט און זיי זײַנען געװען די ערשטע קרבנות פֿון דער אימיגראַציע. דער ים האָט פֿאַרדעקט די קבֿרים און אַ טאָװל בײַם ברעג דערמאָנט הײַנט דעם עפּיזאָד. שפּעטער האָט מען די אימיגראַנטן באַזעצט אין ענטרע־ריאָס, װוּ זיי האָבן געשאַפֿן אַ 10 קאָלאָניעס.
דער גובערנאַטאָר פֿון דער פּראָװינץ האָט באַדאַנקט דעם ייִדישן אימיגראַנט פֿאַר זײַן עקאָנאָמישן און קולטורעלן בײַטראָג אין דער פּראָװינץ און די פֿאָרשערין גראַסיעלאַ טאָטמאַן האָט געהאַלטן אַ לעקציע װעגן די „פּאַמפּיסטן”.
זונטיק, דעם 18טן איז אין „האָטעל פֿאַרן אימיגראַנט” פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון ספֿרדישע לידער. פֿאַר דעם אימיגראַנט װאָס איז אָנגעקומען קיין בוענאָס־אײַרעס, האָט די רעגירונג אויפֿגעבויט דעם „האָטעל פֿאַרן אימיגראַנט”, װוּ ער האָט געהאַט דאָס רעכט צו װוינען דאָרט אומזיסט די ערשטע װאָך נאָך זײַן אָנקום. ער האָט אַפֿילו באַקומען מאכלים אויך, אָבער דאָס איז געװען אַ פּראָבלעם פֿאַרן ייִדישן אימיגראַנט װאָס האָט אָפּגעהיט כּשרות. נאָך 50 יאָרן איז דער האָטעל פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַן אַרכיװ און מוזיי. דאָרט קומען פֿאָר אויסשטעלונגען און קאָנצערטן און מען קען באַקומען די אינפֿאָרמאַציעס פֿון די שיפֿן אין װעלכע די אימיגראַנטן זײַנען אָנגעקומען קיין אַרגענטינע.
ליליאַנאַ בענװעניסטע, האָט אין איר קאָנצערט „רײַזעס”, מיט צוגעפּאַסטע דערקלערונגען, אָפּגעגעבן כּבוד דעם ספֿרדישן אימיגראַנט װאָס איז אָנגעקומען קיין אַרגענטינע פֿאַר דער אשכּנזישער אימיגראַציע פֿון מזרח־אייראָפּע.
דעם 10 דעצעמבער האָט דער ייִשובֿ געפֿײַערט דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿאַר מענטשנרעכט. אין דעם טאָג אין 1948 האָט אַ פּלענאַרע זיצונג פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אָנגענומען די „אוניװערסאַלע דערקלערונג פֿון מענטשנרעכט” װאָס פֿאַרטיידיקט די רעכט פֿון די מינדערהייטן און די פּליטים. אין דעם דעפּוטאַטן־קאַמער האָט די ייִדישע יוגנט אָרגאַניזירט אונטערן פֿאָרזיץ פֿון דעפּוטאַט גוסטאַװאָ מאַרטינעז קאַמפּאָס, װוּ מען האָט אונטערגעשטראָכן דעם בײַטראָג פֿון ייִדישער קאָאָפּעראַציע פֿאַר דער אײַנגלידערונג פֿון אימיגראַנטן אין דער נאַציאָנאַלער װירטשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.