אין נאָװעמבער בין איך געפֿאָרן קײן װאַנקוּװער, קאַנאַדע כּדי זיך צו באַטײליקן אין דער גרעסטער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אױפֿן געביט פֿון סאָציאָלינגװיסטיק, New Ways of Analyzing Variation [נײַע צוגאַנגען צום אַנאַליז פֿון לינגװיסטישער װאַריאַציע]. דאָרטן רעדט מען װעגן די אַנדערשקײטן צװישן שפּראַכן און דיאַלעקטן, און װי אַזױ אַזעלכע אַנדערשקײטן שפּיגלען אָפּ (אָדער שאַפֿן) גרעסערע סאָציאַלע אונטערשײדן אין דער געזעלשאַפֿט. אײן הױכפּונקט פֿון דער יערלעכער קאָנפֿערענץ איז די רעדע פֿון פּראָפֿ’ װיליאַם לאַבאָװ (פּענסילװײניער אוניװערסיטעט), דער גרינדער פֿון קװאַנטיטאַטיװער סאָציאָלינגװיסטיק — און דער באַקאַנטסטער תּלמיד פֿונעם לינגװיסט און ייִדישיסט אוריאל װײַנרײַך.
הײַיאָר האָט פּראָפֿ’ לאַבאָװ גערעדט װעגן דער אַנטװיקלונג פֿון נײַע װערבן (ענגלישע) װאָס מע ניצט איבערצוגעבן די רײד פֿון אַ צװײטן — „ציטירװערבן“ (quotative verbs) בלשון־האַקאַדעמיע. למשל, אױף ענגליש ניצט מען אָפֿט מאָל דעם װערב „to say“ [זאָגן]: „He says, I’m tired“ [ער זאָגט „כ’בין מיד“]. אין די 1980ער און 1990ער יאָרן זענען אָבער אױפֿגעקומען, איבער דער גאָרער ענגליש־רעדנדיקער װעלט, עטלעכע נײַע װאַריאַנטן: „He goes, I’m tired“ [ער גײט „כ’בין מיד“], „He’s all, I’m tired“ [ער איז אַלץ „כ’בין מיד“] און מסתּמא דאָס פֿאַרשפּרײטסטע „He’s like, I’m tired“ [„ער איז װי „איך בין מיד“].
אין זײַן גרױסן אַרכיװ פֿון פֿילאַדעלפֿיער ענגליש האָט פּראָפֿ’ לאַבאָװ געפֿונען אין יאָר 1979 דעם ערשטן באַניץ פֿון „be like“ [זײַן װי] בײַ אַפֿראָאַמעריקאַנער. אָבער אין די 1990ער איז די פֿאָרמע געװאָרן זײער פּאָפּולער בײַ אַלע יונגע־לײַט. פּראָפֿ’ לאַבאָװ האַלט, אַז דער װערב „be like“ דינט װי אַ מוסטער פֿון שפּראַך־עװאָלוציע בכלל: קודם־כּל באַװײַזן זיך די נײַע פֿאָרמעס בײַ יוגנטלעכע ענגליש־רעדערס — פֿריִער בײַ פֿרױען, שפּעטער בײַ מענער — אָבער עלטערע לײַט (און גאָר יונגע קינדער װאָס גײען נאָך נישט אין שול) ניצן װײַטער די עלטערע פֿאָרמעס. מיט דער צײַט װערן די יונגע עלטער, און אַזױ אַרום װערן די נײַע פֿאָרמעס פֿאַרשפּרײט בײַם גאַנצן שפּראַך־ציבור.
װעגן דעם אױפֿקום פֿון נײַע װערבן װאָס גיבן איבער יענעמס רײד האָבן געשריבן ממש צענדליקער לינגװיסטן — לאַבאָװ איז נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער. לגבי „be like“ װײסט מען װוּ מע ניצט עס, װען ס’איז אױפֿגעקומען און בײַ װעמען. מיר װײסן אױך װעגן סעמאַנטישע אונטערשײדן. למשל, מיט „be like“ קען מען איבערגעבן יענעמס געדאַנקען און אַפֿילו געפֿילן — „!He’s like, whoa“ [ער טראַכט, אוּװאַ!]. דעם גאַנצן ענין האָט מען אַזױ פּרטימדיק אױסגעפֿאָרשט, אַז אַ גרינער סטודענט פֿון לינגװיסטיק קען מײנען, אַז ס’איז נישטאָ מער װאָס װײַטער צו שטודירן.
דער אמת איז, אַז אַ גרױסע פּראָפּאָרץ פֿון די פֿאָרשונגען װאָס װערן הײַנט דורכגעפֿירט און געדרוקט אין די בכּבֿודיקסטע זשורנאַלן באַהאַנדלען פֿאַקטן װעגן ענגליש. די מערסטע סאָציאָלינגװיסטישע טעאָריעס, װאָס די הײַנטיקע פֿאָרשערס האַלטן פֿאַר „אוניװערסאַל“, זענען באַזירט אױף דער ענגליש־רעדנדיקער געזעלשאַפֿט, און זענען ביז איצט נישט אױסגעפּרוּװט אין קײן סך אַנדערע קאָנטעקסטן. װי אַזױ װערן געבױרן נײַע „ציטירװערבן“ אין אַנדערע לשונות, און אױף װיפֿל דעקן זיך די פֿאַקטן פֿון ענגליש מיט די פֿאַקטן פֿון די אַנדערע לשונות?
מיר דאַכט זיך, אַז עפּעס ענלעכס איז פֿאָרגעקומען אין ייִדיש. אין ייִדיש איז פֿאַראַן אַ װערב „מאַכן“, װאָס צװישן זײַנע אָפֿטסטע פֿונקציעס קען ער דינען װי אַ ציטירװערב. די קלאַסישע ייִדישע ליטעראַטור איז דאָך פֿול מיט בײַשפּילן דערפֿון. אָט איז אַ קורצער דיאַלאָג פֿון שלום־עליכמען („אַלט־נײַ כּתרילעװקע“):
„פֿעטער! איר זײַט שױן אַ געדאַװנטער?“ — מאַכט צו מיר עמעצער און שטעקט אַרײַן אַ קאָפּ אין דער טיר.
„װאָס גײט דאָס אײַך אָן?“ — פֿרעג איך אים.
„איך האָב צו אײַך אַ בקשה“. — מאַכט ער.
„װער זײַט איר?“ — פֿרעג איך אים.
„אַ ייִד“ — מאַכט ער — „אַ פֿרעמדער, נישט קײן היגער…“
פֿון י.־ל. פּרצעס „פֿאָלקסטימלעכע געשיכטן“:
„רבי“ — מאַכט ער — „עס איז אמת… אמת… אַ רגע, נאָר אַ רגע…“
דער ערשטער אַנעקדאָט פֿון עמנואל אָלשוואַנגערס ביכל װיצן „רױטע פּאָמעראַנצן“ ענדיקט זיך מיט אַ ציטאַט, װאָס װערט אַרײַנגעפֿירט מיט דעם װערב „מאַכן“:
„אַז מע דערצײלט אַ מעשׂה אַ פּױער, לאַכט ער דרײַ מאָל… אַ ייִד, אַז מע דערצײלט אים אַ מעשׂה, מאַכט ער: ‘װײס איך װאָס! אַלטע מעשׂיות!’ און ער קען די מעשׂה בעסער דערצײלן.
װײַזט אױס, אַז דער ציטירװערב „מאַכן“ איז פֿאַראַן אין אַלע דרײַ הױפּט־דיאַלעקטן. אָבער לױט מײַן אײגענעם שפּראַך־חוש איז „מאַכן“ היפּשלעך אַרױסגעגאַנגען פֿון דער מאָדע, בפֿרט בײַ די אַמעריקאַנער ייִדישיסטן (מכּל־שכּן בײַ די אױסגעשולטע). איך װײס נישט צי דאָס איז אַ סימן אַז די שפּראַך נעבעך װערט מאָגערער אין אױסדרוק — ד״ה, אַז מע ניצט הײַנט „זאָגן“ אין אַלע קאָנטעקסטן װען מע פֿלעג אױך ניצן „מאַכן“, „דערלאַנגען“ אאַז״װ. ס׳קען אױך געמאָלט זײַן, אַז ס’זענען אױפֿגעקומען נײַע װאַריאַנטן, װאָס מיר האָבן פּשוט נאָך נישט באַמערקט און פֿאַרצײכנט — פּונקט װי ס׳איז אױפֿגעקומען דאָס ענגלישע „be like“, און ערשט מיט עטלעכע יאָרצענדליק שפּעטער האָט מען דאָס אױסגעפֿאָרשט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.