עס פֿאַלט שוין באַלד אויס דער דריטער יאָרצײַט פֿון דער פּאָעטעסע, זינגערין און כּלל־טוערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ז׳׳ל (1920־2013). לכּבֿוד איר אָנדענק שטעלן מיר צו אַ פּאָר אויסצוגן פֿון אַן אינטערוויו, וואָס קריסטאַ וויטני האָט דורכגעפֿירט מיט איר ווי אַ טייל פֿונעם „פּראָיעקט פֿון זכרונות בעל־פּה א״נ דער משפּחה וועקסלער‟, ווי אויך עטלעכע רעקאָרדירונגען, אין וועלכע ביילע זינגט.
אַ געבוירענע אין ווין, איז „ביילציע‟ אויפֿגעוואַקסן אין טשערנעוויץ, רומעניע, וווּ זי האָט זיך אויסגעלערנט אַ סך ייִדישע לידער פֿון איר מאַמען, די פֿאָלקזינגערין ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז זי, צוזאַמען מיט איר מאַמען און ברודער מרדכי, פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין טשערנעוויצער געטאָ. אַלע דרײַ, צוזאַמען מיט איר מאַן יונה, האָבן איבערגעלעבט די מלמחה און זענען אַוועקגעפֿאָרן צוזאַמען, לכתּחילה אין די די־פּי־לאַגערן און שפּעטער קיין אַמעריקע, וווּ זיי האָבן זיך צום סוף באַזעצט אין די בראָנקס אויף ביינברידזש־עוועניו. דאָרטן האָט ביילע געהאָלפֿן שאַפֿן אַ ייִדיש־רעדנדיקע קהילה און אַ ייִדיש־רעדנדיקע וועלט פֿאַר אירע קינדער. די גאַס האָבן זיי מיט ליבשאַפֿט גערופֿן „די ביינברידזשיווקע“.
אין דעם טייל פֿון איר אינטערוויו מיט קריסטאַ וויטני דערקלערט ביילע ווי אַזוי זי האָט לכתּחילה אָנגעהויבן שרײַבן לידער כּדי צו פֿאַרווײַלן אירע קינדער. שפּעטער, ווען די קינדער זענען שוין געווען צו אַלט פֿאַר יענע לידער האָט זי אָנגעהויבן זיך אָפּצוגעבן מיט מער ערנסטער פּאָעזיע פֿאַר דערוואַקסענע.
אין דעם חלק פֿון איר אינטערוויו מיט קריסטאַ וויטני דערקלערט ביילע ווי אַזוי איר משפּחה פֿאַרנעמט זיך אידעאָלאָגיש מיט ייִדיש און פֿאַר וואָס עס דאַכט זיך איר, אַז ניט בלויז דינט איר משפּחה ייִדיש, נאָר ייִדיש דינט איר משפּחה ווײַל עס גיט זייער לעבן אַ ווערט און אַ באַטײַט.
אין 2012 האָט ביילע אַרויסגעלאָזט איר סאַמע לעצט ביכל. צו יענער צײַט האָט דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס געפּראַוועט אַ שׂימחה איר לכּבֿוד. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט דעמאָלט געמאַכט אַ ווידעאָ־רעפּאָרטאַזש פֿונעם ליטעראַרישן יום־טובֿ.
ביילע איז ניט בלויז געווען אַ טאַלאַנטירטע פּאָעטעסע, נאָר אויך אַ מײַסטערישע זינגערין סײַ פֿון אירע אייגענע לידער, סײַ פֿון די ייִדישע פֿאָלקסלידער וואָס זי האָט זיך קינדווײַז אויסגעלערנט. אָט זינגט זי איר נוסח פֿון איציק מאַנגערס באַליבט ליד „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟. ס׳איז כּדאַי צו הערן ווי אַזוי זי שטעלט פֿאָר דאָס ליד ניט בלויז כּדי צו הערן איר טראַדיציאָנעלן סטיל און איר שיין קול, נאָר אויך ווײַל איר היימיש טשערנעוויצער ייִדיש איז זייער ענלעך צו מאַנגערס בוקאָווינער דיאַלעקט.
כאָטש ביילע האָט אָנגעהויבן מיטן שרײַבן קינדערלידער זענען אַ ריי פֿון אירע בעסטע לידער דווקא טרויעריקע. די ווײַטערדיקע זענען צוויי אַזוינע. אָט פֿאַראייביקט זי דעם אָנדענק פֿון איר חבֿרטע מינציע מיטן ליד פֿונעם זעלביקן נאָמען:
און אָט באַשרײַבט זי די טעראָריסטישע אַטאַקן פֿונעם 11טן סעפּטעמבער אין אַ ייִדישער באַלאַדע וואָס זי זינגט אין אַ טראַדיציאָנעלן סטיל.
ביילע איז געווען אַ וויכטיקע פּערזענלעכקייט אין דער ייִדיש־וועלט ניט בלויז אַ דאַנק איר טאַלאַנט ווי אַ פּאָעטעסע, נאָר אויך (און בפֿרט) צוליב איר ברייטהאַרציקייט. זי האָט שטענדיק געמוטיקט יונגע שרײַבערס, זינגערס און קינסטלערס וואָס האָבן זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש, און האָט אָפֿט געוואָלט מיטאַרבעטן מיט זיי. זי איז אויך שטענדיק געווען אַ בעלן צו רעדן מיט מענטשן, סײַ פֿרעמדע, סײַ אַלטע פֿרײַנד, וועגן איר פּאָעזיע און אירע זכרונות.
ניט ווייניק מענטשן האָבן זי במשך פֿון די יאָרן געפֿרעגט וועגן איר באַרימט ליד „האַרבסטליד‟. כאָטש עס דאַכט זיך בײַם הערן דאָס ליד, אַז ס׳איז דער עיקר אַ רירנדיקער מעטאַפֿאָר פֿאַרן עלטער ווערן, האָט ביילע אָבער שטענדיק דערקלערט, אַז דאָס ליד זינגט זיך פּשוט וועגן דעם האַרבסט און אַז זי האָט ניט געהאַט קיין כּוונה צו באַהאַנדלען קיין גרעסערע טעמעס. וואָס דאָס ליד זאָל ניט באַטײַטן איז עס געוואָרן איר סאַמע באַקאַנטסט ליד. אָט זינגען טעמע שעכטער און ריינע שעכטער, די טעכטער פֿון ביילעס פּלימעניק בנימין, זייער נוסח פֿון „האַרבסטליד‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.