מיטוואָך, דעם 21סטן דעצעמבער, איז אין מאָסקווע צוגעטיילט געוואָרן די אָנגעזעענסטע פּרעמיע אין דער יידישער וועלט פֿון רוסלאַנד — „פֿידלער אויפֿן דאַך”. כּדי צוצוטיילן די פּרעמיע אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן דינגט דער רוסלענדישער חב”ד דעם מלוכישן קרעמל־פּאַלאַץ.
די פּרעמיע, װאָס ווערט צוגעטיילט יעדעס יאָר זינט 2002, באַקומען זי מענטשן וואָס האָבן, לויט דער אָפּשאַצונג פֿון דעם חב״ד, צום מערסטן בײַגעטראָגן צו דעם קולטורעלן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿונעם לאַנד. די צערעמאָניע ווערט אַלע יאָר דורכגעפֿירט ערבֿ־חנוכּה, און עס ווערט באַטאָנט, אַז די לאַורעאַטן פֿאַרקערפּערלעכן דעם וויכטיקסן זינען פֿונעם יום־טובֿ — צו ברענגען ליכט און צו דערצײלן װעגן דעם נס.
הײַיאָר האָבן באַקומען די פּרעמיע עטלעכע מענטשן אין אַ ריי נאָמינאַציעס. פֿאַר בילדונג האָט זי באַקומען דער הויפּט פֿון דער קאַטעדרע פֿון יידישע לימודים — פּראָפֿעסאָר אַרקאַדי קאָוועלמאַן. פֿאַר זײַן בײַטראָג צו דער בילדונג פֿון יידישע קינדער איז באַלוינט געוואָרן מאַטוויי טשלענאָוו, דער הויפּט פֿונעם פּראָיעקט „פּיזשאַמע־ביבליאָטעק” אין רוסלאַנד. אין דער פּאָליטישער נאָמינאַציע — דער גובערנאַטאָר פֿון מאָסקווער געגנט — פֿאַר דעם וואָס ער האָט געפֿעדערט צו שאַפֿן לעבן מאָסקווע, אין זשוקאָווקע, אַ גרויסן קהילה־צענטער פֿונעם חב״ד. באַקומען די פּרעמיע האָבן אויך דער באַרימטער רוסלענדישער מוזיקער פֿון יידישן אָפּשטאַם יורי באַשמעט, און דער באַרימטער זשורנאַליסט לעאָניד פּאַרפֿיאָנאָוו, וואָס האָט געשאַפֿט דעם פֿילם „רוסישע יידן”.
די געשעעניש וואָס ווערט אַרומגערעדט צום מערסטן אין רוסלאַנד אין די לעצטע טעג איז די טראַגישע ידיעה פֿון טערקײַ, וווּ דעם 19טן דעצעמבער איז דערשאָסן געוואָרן דער רוסלענדישער אַמבאַסאַדאָר אַנדריי קאַרלאָוו. דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, ווי אויך פֿאַרטרעטער פֿון יידישע אָרגאַניזאַציעס, האָבן אַרויסגעברענגט זייער מיטלײַד צו די אייגענע און נאָענטע פֿונעם אַמבאַסאַדאָר און זייער סאָלידאַריטעט מיט רוסלאַנד.
דער נײַער מאָסקווער יידישער מוזיי האָט זיך געוואָנדן צו דער רעגירונג פֿון מאָסקווע מיט דער בקשה צו פֿאַרגרעסערן דאָס אָרט פֿונעם מוזיי. צו דעם מוזיי וועט צוגעגעבן ווערן אַן אונטערערדישער טייל פֿונעם געוועזענעם באַכמעטעווער גאַראַזש — אין דעם בנין געפֿינט זיך דער מוזיי.
עס איז דערקלערט געוואָרן אַז אָנהייב 2017 וועט אין אייראָפּע געשאַפֿן ווערן אַ מוסולמעניש־יידישער ראַט. דער ראַט וועט באַקעמפֿן ראַסיזם, ראַדיקאַליזם, איסלאַמאָפֿאָביע און שׂינאת־ישׂראל, און וועט פּראָפּאַגאַנדירן פֿרײַהייט פֿון גלויבן. די אידעע צו שאַפֿן אַזאַ ראַט געהערט צו דעם הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווע פּנחס גאָלדשמיט, וואָס איז אויך דער פֿאָרזיצער פֿון דער אייראָפּעישער רבנים־קאָנפֿעדעראַציע. ער וועט אויך זײַן דער הויפּט פֿונעם נײַעם ראַט, וואָס וועט באַשטיין פֿון זיבן רבנים און זיבן אימאַמען.
און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט קומט פֿון מאָסקווער געריכט, וואָס מישפּט דעם באַרימטן רוסלענדישן בלאָגער פֿון יידישן אָפּשטאַם — אַנטאָן נאָסיק. נאָסיקן באַשולדיקט מען אין עקסטרעמיזם: מיט אַ יאָר צוריק האָט ער אָנגעשריבן אַ פּאָסט וועגן די געשעענישן אין סיריע, און האָט צוגערופֿן צו צעשטערן סיריע אין גאַנצן. דאָס געריכט האָט אים פֿאַרמישפּט צו אַ גרויסן געלט־שטראָף, וואָס איז די וואָך פֿאַרקלענערט געוואָרן. אויף דער זיצונג האָט דער ריכטער געבעטן בײַ נאָסיקן ער זאָל אַראָפּנעמען זײַן יאַרמלקע. נאָסיק, וואָס איז גאָר וועלטלעך, האָט געטענהט, אַז ער איז אַ פֿרומער ייד און האָט זיך אָפּגעזאָגט אַראָפּצונעמען די יאַרמלקע. דער ריכטער, ניט־וועלנדיק זײַן באַשולדיקט אין שׂינאת־ישׂראל, האָט מסכּים געווען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.