די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה איז אין אַלגעמיין איז אַ סטאַבילע און זי וואַקסט כּסדר, אָבער איר כאַראַקטער האַלט זיך אין מיטן שטאַרק בײַטן. די אָרטאָדאָקישע קהילה (אַרײַנגערעכנט סײַ חרדישע סײַ צענטריסטישע סײַ מאָדערנע) וואַקסט ווי אויף הייוון, און די צאָל נישט־אָרטאָדאָקסן גייט באַרג־אַראָפּ.
די דאַטן בײַם „פּיו־פֿאָרשצענטער‟ אין משך פֿון דרײַ דורות ווײַזן אָן, אַז אין משך פֿון צוויי דורות האָט דער אָרטאָדאָקסישער ציבור זיך אַזש פֿאַרפֿירפֿאַכט אין צאָל.
און וואָס איז מיט די נישט־אָרטאָדאָקסן — די קאָנסערוואַטיווע, רעפֿאָרעם־, רעקאָנסטרוקציאָניסטישע, בײַנײַונג־ און סעקולערע ייִדן? בײַ זיי איז עס פּונקט פֿאַרקערט.
דער וווּקס בײַ די אָרטאָדאָקסן און די ירידה בײַ די אַנדערע הייסט אַז דער „מאַרק־חלק“ בײַ די אָרטאָדאָקסן פֿליט אין הימל אַרײַן. 27% פֿון די וואָס זענען ייִנגער פֿון 18 יאָר אַלט וווינען הײַנט אין אָרטאָדאָקסישע היימען.
וואָס באַטײַט דער גאַנג? סע הייסט, אַז אַן אַלץ קלענערער פּראָצענט נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן באַטייליקט זיך אינעם ייִדישן לעבן. איין סיבה דערפֿאַר איז וואָס צווישן די נישט־אָרטאָדאָקסן געפֿינען זיך אַ סך מער ייִדן אין עלטער פֿון 56־73 יאָר ווי אין עלטער פֿון 28־45. חוץ דעם באַטייליקט זיך דער ייִנגערער דור בכלל ווייניקער אינעם ייִדישן לעבן. דער עפֿעקט פֿון אַזוינע ציפֿערן איז ממש נשתּוממדיק.
צווישן די נישט־אָרטאָדאָקסן צווישן 28 און 45 יאָר זענען נאָר 204,000 מיטגלידער אין אַ סינאַגאָגע, אַקעגן 461,000 בײַ די וואָס זענען צווישן 56 און 73 יאָר אַלט. בלויז 130,000 פֿון די ייִנגערע באַלאַנגען צו ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַקעגן 252,000 פֿון די עלטערע. 198,000 פֿון די ייִנגערע ייִדן פֿילן אַ פֿאַרבינדונג מיט מדינת־ישׂראל, אַקעגן 466,000 פֿון די עלטערע.
דער ייִדישער רעזשיסאָר און אַקטיאָר וווּדי אַלען האָט אַ מאָל געזאָגט: 80% פֿונעם מצליח זײַן אין לעבן איז אַ רעזולטאַט פֿון פּשוט באַווײַזן זיך“. ייִדישע אינסטיטוציעס מחוץ דער אָרטאָדאָקסיע ראַנגלען זיך מיט די פֿאַלנדיקע ציפֿערן נאָר צום טייל דערפֿאַר (ווי געוויסע קריטיקערס טענהן), וואָס זייער סאָרט ייִדישקייט האָט אַ קנאַפּערן באַטײַט; האַלטן נישט מיט מיטן קולטורעלן גאַנג, אָדער לײַדט פֿון אַ שוואַכער פֿירערשאַפֿט.
פּונקט אַזוי וויכטיק איז דאָס וואָס ווען דער עולם איז אַ קליינער וועלן במילא „זיך באַווײַזן“ ווייניקער ייִדן. די ירידה פֿון געבורטיקייט בײַ די הײַנטיקע נישט־אָרטאָדאָקסישע משפּחות איז איין סיבה פֿאַר וואָס די צאָל תּלמידים אין זייערע טאָגשולן און תּלמוד־תּורות פֿאַלט אויך.
פֿאַקטיש זענען די נישט־אָרטאָדאָקסישע טענדענצן גאַנץ ענלעך צו דער רעאַליטעט בײַ די אַמעריקאַנער קאַטוילן און פּראָטעסטאַנטן. בײַ אַלע פֿאַלט כּסדר די צאָל אָנהענגערס און באַטייליקטע. ווי אַ רעזולטאַט איז הײַנט די סאַמע גרעסטע רעליגיעזע „סעקטע“ אין אַמעריקע די מענטשן וואָס באַצייכענען זיך ווי „אָן שום רעליגיע“.
דער גאַנג פֿון דער ייִדישער דעמאָגראַפֿיע איז לאַוו־דווקא אַ באַשערטער. אָבער דעמאָגראַפֿיע שפּילט פֿאָרט אַ וויכטיקע ראָלע. אַלע פּראָגראַמען וואָס וועלן אויספּלאַנירט ווערן כּדי צו פֿאַרשטאַרקן דאָס נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע לעבן וועלן זיך דאַרפֿן פֿאַרנעמען מיט די לאַנג־טערמיניקע דעמאָגראַפֿישע צילן, למשל, דאָס צורעדן ייִדן אַז מע זאָל חתונה האָבן אין אַ ייִנגערן עלטער און טאַקע מיט ייִדן; שטיצן זיי צו האָבן קינדער און אויפֿכאָווען זיי ווי ייִדן; מאָטיווירן אַלץ מער נישט־ייִדישע מענער און ווײַבער, פּאַרטנערס, משפּחה־גלידער און פֿרײַנד, זיי זאָלן זיך אידענטיפֿיצירן ווי ייִדן, און מאָביליזירן באָבע־זיידע אַז זיי זאָלן זיך אַלץ מער באַטייליקן אינעם לעבן פֿון זייערע קינדער און קינדסקינדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.