אַ שרײַבערין זוכט אַ תּיקון

A Writer Rectifies a Literary – and Personal – Mistake

דאָס אָרט פֿונעם אַמאָליקן פּלאַשאָווער לאַגער פֿון שקלאַפֿן־אַרבעטער (רעכטס) און גראַפֿיטי אין פּלאַשאָוו, אויגוסט 2016
Max Hockley
דאָס אָרט פֿונעם אַמאָליקן פּלאַשאָווער לאַגער פֿון שקלאַפֿן־אַרבעטער (רעכטס) און גראַפֿיטי אין פּלאַשאָוו, אויגוסט 2016

פֿון ברכה פֿינקעלשטײן

Published December 25, 2016, issue of December 28, 2016.

נאָלאַן גורפֿינקעל איז געווען איינער פֿון אַ קליינער גרופּע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס פֿלעג אָפֿט עסן בײַ מײַן טאַטע־מאַמעס שבת־טיש אין טשערי־היל, ניו־דזשערזי.

ער איז געווען אַ „שינדלער ייִד‟, איינער פֿון בערך 1,200 קראָקאָווער ייִדן וואָס זענען אָפּגעראַטעוועט געוואָרן פֿון די נאַציס אַ דאַנק אָסקאַר שינדלער, דער באַוווּסטסטער פֿון אייראָפּעס חסידי–אומות–העולם.

נאָלאַן האָט שטענדיק געטראָגן זונברילן און גערעדט דורך צונויפֿגעדריקטע ציין, אַפֿילו ווען ער האָט נאָר געשמועסט וועגן דעם וועטער. ווען איך האָב זיך באַקענט מיט אים איז ער שוין געווען אין די 60ער. ער פֿלעג קומען מיט זײַן ווײַב רויזע און זון סקאַטי — אַ פֿיזיקער, וואָס איז געווען אַ מומחה אינעם שטח פֿון גיסיקע קריסטאַלן (liquid crystals) — און אַ פֿרומער ייִד אַ מחמיר. מ׳האָט געזאָגט אַז זיי האָבן אויך געהאַט אַ טאָכטער, וואָס איז אַראָפּ פֿון דרך און וווינט אין אויסטראַליע, אָבער מ׳האָט נישט געטאָרט רעדן פֿון איר.

ווען נאָלאַן איז געווויר געוואָרן אַז איך האָב אַרויסגעגעבן אַ ראָמאַן, האָט ער מיך געבעטן איך זאָל אים העלפֿן שרײַבן אַ בוך, אויף ענגליש, וועגן זײַנע איבערלעבונגען בעת דער מלחמה. איך האָב זיך פֿון יענעם „כּבוד‟ אָפּגעזאָגט. זײַן טעמפּעראַמענט איז מיר נישט געפֿעלן; ער האָט שטענדיק אויסגעזען אין כּעס. זײַן געבייזער האָט אַרויסגעשטראַלט פֿון אינעווייניק ווי אַ ראַקעט–באַשיצונג סיסטעם. דערצו בין איך געווען אַ שטיקל סנאַָב. פֿאַר וואָס מיינט נאָלאַן אַז איך, אַ פּובליקירטע ראָמאַניסטקע, וועט זײַן גרייט צו פּטרן די צײַט מיט אַן אַמאַטאָר?

מיט יאָרן שפּעטער האָב איך, בעת אַ וויזיט בײַ טאַטע־מאַמען, פּלוצלינג באַמערקט אין גאַסטצימער אַן אַליין–פּובליקירטן עקזעמפּלאַר פֿון נאָלאַנס זכרונות. דאָס איז געווען אין אויגוסט 2016, דרײַצן יאָר נאָך זײַן פּטירה. דאָס בוך האָט געהייסן Prisoner 69145, און האָט אויסגעזען אומגעלומפּערט, און דאָס קלעפּעכץ אינעם רוקן פֿון בוך האָט זיך שוין געהאַט אויסגעטריקנט. דאָס ערגסטע פֿון אַלץ איז געווען די צו מיר שאַבלאָנישע קעפּלעך אויף דער הילע: „די געוואַלד־געשרייען! שחיטות אומעטום! עם ישראלס בלוט פֿאַרפֿלייצט די ערד!” די שרײַיִקע שורות האָבן מיך איבערצײַגט אַז נאָלאַן, אַ מאַן מיט ווייניק בילדונג, האָט אָנגעשריבן אַ דריט־ראַנגיק בוך.

כ׳האָב עס אַדורכגעבלעטערט. נאָלאַן האָט געשטאַמט פון קראָקע. אינטערעסאַנט. איך מיט מײַן זון האָבן לעצטנס געהאַט פּלאַנירט אַ רײַזע קיין פּוילן, כּדי אויסצופֿאָרשן אונדזער משפּחה־אָפּשטאַם, און אונדזער ערשטער אָפּשטעל־אָרט איז טאַקע געווען קראָקע. האָב איך געבאָרגט דאָס בוך בײַ טאַטע־מאַמען און עס אַרײַנגעשטופּט אין דער טעקע פֿון מײַן שויס־קאָמפּיוטער. פֿליִענדיק איבער גרינלאַנד האָב איך עס אַרויסגענומען און, אָן גרויס חשק, אָנגעהויבן לייענען.

די רעשט פֿונעם פֿלי האָב איך זיך פֿון נאָלאַנס בוך, Prisoner 69145, ממש נישט געקענט אַוועקרײַסן.

רבותי, לערנט זיך אָפּ אַ משל פֿון מײַן טיפּשות…

אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון זײַן בוך, שרײַבט נאָלאַן אַז פֿאַרן ערשטן סעפּטעמבער 1939, „האָבן מיר בכלל נישט געזען די כמאַרעס וואָס הענגען איבער אונדזערע קעפּ‟.

במשך פֿון די ערשטע צוועלעף יאָר פֿון זײַן לעבן, שרײַבט ער, „האָבן מיר נישט געליטן פֿון קיין הונגער אָדער נויט‟. זײַנע עלטערן, סרוליק און רויזע גורפֿינקעל, האָבן אָנגעפֿירט מיט אַ פּאָפּולערן קלוב און רעסטאָראַן, „בופֿעט וואַרשאַווסקי‟, אויף סטאַראָוויסנאַ־גאַס. דער רעסטאָראַן איז געשטאַנען אַ האַלבן וועג צווישן דער משפּחהס דירה און דער ייִדישער גימנאַזיע, וווּ זייערע צוויי קינדער האָבן זיך געלערנט. „איך פֿלעג זיך אָפֿט שלאָגן מיט דער באַנדע שקצים אין גאַס, וואָס האָבן מיך גערופֿן אַ שמוציקער ייִד” — שרײַבט נאָלאַן — “אָבער ס׳האָט נישט געדויערט לאַנג ביז איך האָב זיי שוין געוויזן וואָס איך קען…‟

פֿון דעסטוועגן זענען נאָלאַנס זכרונות פֿון די פֿאַר־מלחמהדיקע קינדער־יאָרן געווען גליקלעכע. ער דערמאָנט מיט וואַרעמקייט דעם גערטנער פֿונעם שפּיטאָל, וואָס איז געשטאַנען נאָענט צום הויז, ווי ער פֿלעג אַרויפֿוואַרפֿן פֿרוכטן און ניסלעך דורכן אָפֿענעם פֿענצטער פֿון נאָלאַנס שלאָפֿצימער.

אויף אַ שפּאַנענדיקן אופֿן באַשרײַבט ער די מוראדיקע אַנטוויקלונגען פֿון יענע טעג. ווען די דײַטשן האָבן אַרײַנמאַרשירט אין פּוילן און געמאַכט אַן איבערקערעניש, האָבן די קראָקעווער ייִדן לכתּחילה נישט באַנומען וואָס ס׳טוט זיך. אַ שכן אינעם דירות־הויז וווּ נאָלאַנס משפּחה האָט געוווינט, האָט זיך משער געווען, אַז די כּלומרשטיקע דײַטשע אינוואַזיע איז מסתּמא בלויז אַ מושטיר דורכגעפֿירט פֿון דער פּוילישער רעגירונג צו באַשיצן אירע בירגער. נאָלאַן אַליין האָט שטילערהייט אַ ביסל הנאה געהאַט פֿון די געשעענישן. ער האָט שוין געהאַט געזען Confessions of a Nazi Spy, אַ פֿילם פֿון 1939, מיטן אַקטיאָר עדוואַרד דזשי ראָבינסאַן. „קוקנדיק דעם פֿילם האָב איך געהאָפֿט אַז איך וועל אויך אַמאָל איבערלעבן אַ מלחמה, וואָס ענדיקט זיך מיט אַזאַ פּראַכטיקן נצחון, פּונקט ווי בײַ אַזאַ גוט־אויספּלאַנירטן סיפּור־המעשׂה.‟

דעם 3טן סעפּטעמבער האָבן ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך דעקלאַרירט מלחמה אויף דײַטשלאַנד. די גורפֿינקעלס זענען נאָך אַלץ געווען אָפּטימיסטיש: „ס׳וועט דײַטשלאַנד גאָרנישט העלפֿן … די מלחמה וועט זיך באַלד ענדיקן.‟

נישט אַזוי האָט זיך עס, אַוודאי, אויסגעלאָזט. די ייִדן אין קראָקע זענען אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין אַ נאַציסטישער נעץ פֿון גזלנות און דערנידעריקונג. נישט נאָר האָבן זיי געמוזט זיך צוקוקן ווי די נאַציס האָבן אָפּגעשוירן אָדער אַפֿילו אַראָפּגעריסן די בערד בײַ פֿרומע ייִדן, נאָר אין גיכן האָט דער געסטאַפּאָ אויך געצוווּנגען זיי אויפֿצוגעבן זייערע רעסטאָראַנען, געשעפֿטן, בענק און פֿאַבריקן.

מיט אַ מאָל איז קראָקע פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט דײַטשן, עסטרײַכער, טשעכן און פּוילישע פֿאָלקסדײַטשן, וואָס האָבן באַלאַנגט צו דער נאַצי־פּאַרטיי. אַלע זענען געווען „פֿאַראָרעמטע ספּעקולאַנטן און אַוואַנטוריסטן, גרייט צו פֿאַרדינען אַ גראָשן דורך דער צעשטערונג פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום‟.

הײַנט זענען אַלע גוט באַקאַנט מיט דער ראָלע וואָס די דײַטשן האָבן געשפּילט אינעם אומקום פֿון די ייִדן אין פּוילן; די אַקציעס פֿון די „פֿאָלקסדײַטשן‟ (אָדער דעם „זאָנדערדינסט‟) און די אוקראַיִנישע קאָלאַבאָראַטאָרן. נישט אַזוי באַקאַנט זענען אָבער די אַקציעס פֿונעם „אָרדענונגסדינסט‟ (אָ״ד) — די ייִדישע פּאָליציאַנטן אין גראָע אָנצוגן וואָס האָבן מיטגעאַרבעט מיטן „עס־עס‟ צונויפֿצוזאַמלען די ייִדן און זיי דעפּאָרטירן אין אומברענג־לאַגער. נאָלאַנס זכרונות מאַכן אַן אײַנדרוק נישט בלויז צוליב זײַן שרײַבן, נאָר צוליב זײַן פּרטימדיקער שילדערונג פֿון דער ברוטאַלקייט מצד דער אָ״ד וואָס ער האָט געזען מיט די אייגענע אויגן, סײַ ווי אַ קינד אין קראָקע סײַ ווי אַ שקלאַפֿן–אַרבעטער אינעם לאַגער פּלאַשאָוו, פֿיר־און־אַ־האַלב קילאָמעטער פֿון זײַן אַמאָליקער שטוב אויף דער בליך־גאַס.

נאָלאַן גיט איבער די ספּעציעלע אינסטרוקציעס וואָס די נאַציס האָבן געגעבן די ייִדישע קאָלאַבאָראַטאַרן, לויט דער „אָפּעראַציע רײַנהאַרדט‟ — דער דײַטשישער פּלאַן צו בויען אַן אַרכיפּעלאַג פֿון אומברענג־לאַגערן און מיזרח־פּוילן — און דערבײַ פּטור צו ווערן פֿון דער „ייִדישער סכּנה‟ אין אייראָפּע. אין קראָקע האָט די „אָפּעראַציע רײַנהאַרד‟ זיך אָנגעהויבן דעם 13טן מאַרץ אין דער פֿרי. דער „זאָנדערדינסט‟ און די „עס־עס‟־סאָלדאַטן האָבן, זינגענדיק, אַרײַנמאַרשירט אין דער ייִדישער געטאָ, קוזמאַרק [קאַזימיערץ, אויף פּויליש] און האָבן זיך דאָרט פֿאַראייניקט מיטן ייִדישן אָרדענונגסדינסט. איינער פֿון זיי איז געווען אַ דײַטשישער ייִד, שמעון שפּיץ. מיט אַ יאָר פֿריִער, גלײַך נאָך דער קרישטאָלנאַכט, האָבן נאָלאַנס עלטערן געהאַט באַהאַלטן שפּיץ בײַ זיך אין שטוב. און איצט האָט שפּיץ גאָר געהאָלפֿן דער „עס־עס‟ צענויפֿשטעלן ליסטעס פֿון קראָקעווער ייִדן אויף צו פֿאַרשיקן זיי אין די אומברענג־לאַגערן…

שמעון שפּיץ האָט אויך צוגעהאָלפֿן בײַם דורכפֿירן אַ פֿאַרדאָרבענע בקשה פֿון אַ געוויסן „שטורמבאַנפֿיוער‟ [מאַיאָר] וואָס האָט געוואָלט זען דעם צדיק פֿון בעלזעץ און הרבֿ לײזער לאַנדאַו פֿון באָכניע. די דאַטע: דעם 27סטן נאָוועמבער, 1942. דער פּלאַץ: אינעם אָ״ד־זאַל. שפּיץ האָט באַפֿוילן דעם צדיק צו „בענטשן‟ דעם שטורמבאַנפֿירער איידער דער דײַטש הייבט אָן אַ פּאָגראָם. מיט ביטערקייט שרײַבט נאָלאַן ווי אַזוי די צוויי רבנים האָבן טאַקע געמאַכט אַ ברכה פֿאַרן שטורמבאַנפֿירער, און נאָך דעם האָבן די נאַציס זיי געהאָלפֿן אַנטלויפֿן פֿון דער אָקופּירטער אייראָפּע.

אַ צווייטער ייִדישער קאָלאַבאָראַטאָר, אימערגלוק, איז איין מאָל אַרײַנגעקומען צו די גורפֿינקעלס דירה דעם 28סטן נאָוועמבער אינעם זעלבן יאָר, פֿאַרטאָג, — זוכנדיק אַ געוויסן מענטשן. ווען אימערגלוק האָט אים נישט געפֿונען, האָט ער אַרעסטירט נאָלאַנס טאַטן, סרוליק. דאָס וואָס נאָלאַן און אימערגלוקס אייגענער פּלימעניק זענען קינדווײַז געווען שול־חבֿרים האָט אויף אימערגלוק קיין אײַנדרוק נישט געמאַכט. אימערגלוק פֿלעג אויך, אַזוי ווי כּמעט אַלע ייִדישע אינפֿאָרמאַנטן, עסן אינעם „בופֿעט וואַרשאַווסקי‟, אָבער דאָס האָט אים אויך נישט צוריקגעהאַלטן פֿון אַרעסטירן סרוליקן.

„נו, גיי שוין, גיי!‟ האָט אימערגלוק געשריגן אויף נאָלאַנס טאַטן. „מיר האָבן נישט אַ גאַנצן טאָג!‟

אימערגלוק האָט אים אַוועקגעפֿירט און נאָלאַן מיט זײַן משפּחה זענען זיי נאָכגעלאָפֿן, ביז קראָקעס „פּלאַץ זגאָדע‟, די אָפּפֿאָר־סטאַנציע קיין אוישוויץ, בעלזעץ און טרעבלינקע. די משפּחה האָט געפּרוּווט צוגיין צו סרוליקן זיך געזעגענען אָבער אימערגלוק האָט עס נישט דערלאָזט.

„פֿון דער ווײַטנס האָב איך געזען ווי דער טאַטע פֿאָכעט אַ זײַ־געזונט צו אונדז,‟ שרײַבט נאָלאַן.

וועגן די שראַמען אויף נאָלאַנס פּלייצעס האָב איך אויך גאָרנישט געוווּסט ביזן איבערלייענען Prisoner 69145. דאָס זענען געווען סימנים פֿון די שמיץ וואָס ער האָט באַקומען צוויי טעג נאָך אַנאַנד מצד צוויי ייִדישע אינפֿאָרמאַנטן — איינער פֿון זיי מיט מײַן משפּחהס נאָמען, פֿינקעלשטײן (גאָט צו דאַנקען, נישט קיין קרובֿ מײַנער).

וואָס איז געווען נאָלאַנס פֿאַרברעכן? ער האָט נישט באַוויזן אָפּצושטעלן אַן אוקראַיִנישן הילפֿספּאָליצאַנט, וועלכער האָט געלקחנט אַן אויטאָמאָביל פֿון אַמאָן געט, פּלאַשאָווס אייבערשטורמפֿירער. די שמיץ פֿון די ייִדישע קאָלאַבאָראַטאָרן, ווי אויך די זעץ וואָס די „עס־עס‟־סאָלדאַטן האָט אים שפּעטער דערלאַנגט ווײַל ער האָט פֿאַרלוירן זײַן היטל אָדער ווײַל ער האָט נישט ריכטיק געניצט אַ האַק, האָבן גורם געווען שטענדיקע קאָפּווייטיקן און אַ סענסיטיווקייט צו ליכט, וואָס איז אים פֿאַרבליבן אויפֿן גאַנצן לעבן. איצט האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס איך האָב אים שטענדיק געזען מיט זונברילן.

אַ שטראַל האָפֿענונג האָט זיך באַוויזן אין נאָלאַנס לעבן ווען ער האָט באַקומען אַ פּלאַץ אין שינדלערס נײַער פֿאַבריק אין צפֿון־מערבֿ טשעכאָסלאָוואַקײַ. נאָלאַנס מיינונג פֿון שינדלער איז אָבער געווען זייער אַנדערש פֿונעם כּבֿוד וואָס סטיווען ספּילבערג האָט אים אָפּגעגעבן אינעם פֿילם, „שינדלערס ליסטע‟. פֿון איין זײַט, האָט נאָלאַן טאַקע קיין מאָל נישט געזען אַז שינדלער זאָל „שלאָגן, טעראָריזירן, הרגענען אָדער שלעכטס טאָן די ייִדן וואָס האָבן אים באַדינט‟, און שינדלער האָט אויך נישט דערלויבט מע זאָל פֿאַרשיקן „זײַנע‟ ייִדן אויף די טראַנספּאָרטן אינעם שקלאַפֿן־לאַגער גראָס־ראָזען.

פֿון דער אַנדערער זײַט — שרײַבט נאָלאַן — האָט שינדלער זיך נאָענט געחבֿרט מיטן אייבערשטורמפֿירער, געט, און האָט נישט אַרויסגעוויזן קיין טראָפּן חרטה פֿאַרן אויסנוצן זײַנע ייִדישע אַרבעטער, כּדי צו באַרײַכערן די אייגענע קעשענע. און נאָך מער — ווען שינדלער איז צום סוף אַנטלאָפֿן פֿון אָקופּירטן פּוילן, האָט ער זיך אַרומגערינגלט מיט אַכט ייִדן, אָנגעטון אין פּיזשאַמעס, ווי אַ מין קאַמופֿלאַזש.

„זיי זענען אָפּגעפֿאָרן אין אָסקערס ׳מערצעדעס׳, און מיט אַ קאַמיאָן נאָך דערצו, קיין קאָנסטאַנץ, אויף דער שווייצאַרער גרענעץ. דער אויטאָ, וווּ עס זענען געזעסן די ייִדן, איז געווען אָנגעשטאָפּט מיט געלט גענומען פֿון די ייִדן, און דער קאַמיאָן האָט געשלעפּט אַ ׳טריילער׳ אָנגעפּאַקט מיט טײַערער רויב.‟

טאַקע אַ ווײַטער שפּרונג פֿון ספּילבערגס פֿילם, וווּ מע זעט ווי שינדלער וויינט ביטערע טרערן פֿאַר נישט האָבן געטאָן גענוג צו ראַטעווען מער ייִדן…


נאָלאַן גורפֿינקעל ווי אַ בחור, פֿונעם בוך Prisoner 69145, וואָס נאָלאַן האָט אַליין אַרויסגעגעבן
נאָלאַן גורפֿינקעל ווי אַ בחור, פֿונעם בוך Prisoner 69145, וואָס נאָלאַן האָט אַליין אַרויסגעגעבן

איך וויל דאָ נישט איבערטרײַבן די מאַכט פֿון די ייִדישע קאָלאַבאָראַטאָרן וואָס נאָלאַן באַשרײַבט אין Prisoner 69145. ווי ער שרײַבט אַליין, זענען זיי פּשוט געווען „ניצלעכע אידיאָטן‟, נישט די אַרכיטעקטן, אין דער ענדגילטיקע לייזונג. אין לעצטן סך־הכּל האָט מען שמעון שפּיץ און די אַנדערע פּשוט דערשאָסן אָדער אויפֿגעהאָנגען אויף אַ הויכן בערגל אין פּלאַשאָוו, און נאָך דעם פֿאַרברענט זייערע קערפּערס.

דערצו האָבן די ייִדישע קאָלאַבאָראַטאָרן באַטראָפֿן זייער אַ קליינעם פּראָצענט פֿון די פּוילישע ייִדן. אויב מע וויל אַרויסדרינגען אַ מוסר־השׂכּל פֿון נאָלאַנס בוך, קען מען זאָגן אַז ס׳וועלן זיך תּמיד געפֿינען אַזוינע, וואָס זענען גרייט מקריבֿ צו זײַן אַנדערע, כּדי אַליין זיך צו ראַטעווען. זעט מען דען נישט קיין ענלעכן פֿאַרראַט אין חומש, ווען די צען מרגלים פֿון בני־ישׂראלֹ האָבן איבערגעגעבן משה רבינו אַ נעגאַטיוון באַריכט וועגן כּנען, וויסנדיק, אַז זייער מגזם זײַן די סכּנה קאָן אומברענגען דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק?

מײַן אייגענער אויספֿיר איז, אַז נאָלאַן גורפֿינקעל, אַן 18־יאָריקער בחור וואָס איז, לויט זײַנע אייגענע ווערטער, פֿאַרבליבן „פֿאַרביטערט און דורכגעטרונקען מיט שׂינאה‟, האָט געשריבן אַן אויסערגעוויינטלעך בוך וועגן זײַנע איבערלעבונגען בעתן חורבן.

איצט פֿאַרשטיי איך שוין, אַז זײַן באַשרײַבונג אויף דער הילע — „די געוואַלד־געשרייען! דער בלוטבאָד אַרום און אַרום! עם ישׂראלס בלוט פֿאַרפֿלייצט די ערד!” איז גאָר נישט קיין גוזמא.

וויל איך טאַקע איצט בעטן מחילה בײַ נאָלאַנען — אַ פֿאַרשפּעטיקטע מחילה — פֿאַר מײַן אַראָגאַנץ. איך האָף, אַז ס׳וועט נאָך קומען אַ טאָג, ווען Prisoner 69145 וועט אַרויסגעגעבן ווערן אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן.

פֿאַרלעגערס וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין פּובליקירן דאָס בוך זאָלן זיך מעלדן צו ברכה פֿינקעלשטיין דורך שיקן אַ בליצבריוו צו editor@yiddish.forward.com.