נישט־געקוקט אויף אַלע מתּנות וואָס מע פּאַקט אײַן מיט שיינעם וויקל־פּאַפּיר זענען די סאַמע באַטײַטיקסטע און אָפּגעשאַצטע מתּנות די וואָס מע קען נישט אָפּמעסטן זייער ווערט. גיט אַ בײַשטײַער אין עמעצנס נאָמען אַ ייִדישער צדקה־אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט באַקעמפֿן דעם הונגער.
טוט אַ קלער וועגן אַ געלט־מתּנה איינער פֿון די ווײַטערדיקע אָרגאַניזאַציעס:
„מזון: אַ ייִדישער ענטפֿער אויף הונגער“ שטיצט שתּדלנות־גרופּעס און קאָנגרעסלײַט, וואָס קעמפֿן קעגן הונגער סײַ אין ישׂראל סײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. גיט אַ בײַשטײַער צו „מזון: אַ ייִדישער ענטפֿער אויף הונגער“
„לקט ישׂראל‟ איז אַן אָרגאַניזאַציע וואָס נעמט אָפּ נערעוודיק עסן פֿון פֿאַרמען, האָטעלן, ליוועראַנטן און מיליטערישע באַזעס און צעפֿירט זיי צו הונגעריקע לײַט אין ישׂראל. גיט אַ בײַשטײַער צו „לקט ישׂראל“
„משׂביע־נעץ פֿון גאָרקיכן“ דערלאַנגט הייסע כּשרע מאָלצײַטן פֿאַר ניו־יאָרקער נויט־באַדערפֿטיקע אין אַ בכּבֿודיקער, רעסטאָראַנישער סבֿיבֿה. די צדקה־אָרגאַנזאַציע האָט ערשט אײַנגעפֿירט אַ נײַעם אופֿן צו אינספּירירן בײַשטײַערס, דורך איר נײַער „משׂביע־קראָם“, אַן אָנלײַן־געשעפֿט, וואָס פֿאַרקויפֿט ווינטשקאַרטלעך, קאָכביכער אויטאָגראַפֿירטע פֿון פֿאַרשמטע קאָכערס, פֿריש אַראָפּגענומענעם, צעמאָלענעם איילבערטאייל און נאָך. דאָס געלט פֿון דער אײַנגעקויפֿטער סחורה וועט דירעקט אויסגעניצט ווערן צו האָדעווען הונגעריקע לײַט. גיט אַ בײַשטײַער צו „משׂביע־נעץ פֿון גאָרקיכן“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.