אַ בינטל בריװ פֿון סאָװעטישע ייִדן בעת דער מלחמה

Letters From Soviet Jews During World War II

אַרקאַדי זעלצער און זײַן בוך „אַרױסצוגיסן מײַן פֿאַרביטערטע נשמה: בריװ פֿון ייִדן פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד 1941־1945‟
אַרקאַדי זעלצער און זײַן בוך „אַרױסצוגיסן מײַן פֿאַרביטערטע נשמה: בריװ פֿון ייִדן פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד 1941־1945‟

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 25, 2016, issue of December 28, 2016.

די פּערזענלעכע בריװ פֿון פּריװאַטע יחידים זײַנען אפֿשר די סאַמע רירעװדיקע דאָקומענטן פֿון יעדער תּקופֿה.

בײַ סאָװעטישע ייִדן איז דאָס געװען דער אײנציקער מיטל פֿאַר אונטערהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט קרובֿים און פֿרײַנד בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, װען זײ זײַנען געװאָרן צעזײט און צעשפּרײט איבער די ריזיקע שטחים פֿונעם סאָװעטישן לאַנד. ניט געקוקט אױף אַלע מניעות און שװעריקײטן, האָט די פּאָטשט אָפֿטמאָל געליווערט בריװ פֿון אײן אײן עק װעלט ביזן אַנדערן. די נײַע זאַמלונג „אַרױסצוגיסן מײַן פֿאַרביטערטע נשמה: בריװ פֿון ייִדן פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד 1941־1945‟, װאָס איז אַרױס אונטער דער רעדאַקציע פֿון אַרקאַדי זעלצער אינעם פֿאַרלאַג פֿון יד־ושם, ברענגט אַן אױסקלײַב פֿון אַזעלכע בריװ פֿאַרן ברײטערן ענגליש־רעדנדיקן עולם.

די בריװ אינעם בוך זײַנען פֿון צװײ מינים. אײן מין איז פּריװאַטע קאָרעספּאָנדענץ צװישן נאָענטע מענטשן, װאָס טײלן זיך מיט מיט די לעצטע בשׂורות, כּסדר טרױעריקע. לרובֿ דערצײלן זײ װעגן דעם, װאָס עס האָט זיך געטראָפֿן מיט זײערע משפּחות אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע. דער צווייטער מין זײַנען מער פֿאָרמעלע בריװ, אַדרעסירט צו צװײ פֿון די חשובֿסטע סאָװעטישע ייִדישע פּערזענלעכקײטן: דעם שרײַבער איליאַ ערנבורג און דעם אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס. אין די אױגן פֿון אַ סך סאָװעטישע ייִדן זײַנען דװקא אָט די צװײ מענער געװען די שתּדלנים, װאָס האָבן געהאַט אַ צוטריט אין די סאָװעטישע הױכע פֿענצטער.

דאָס בוך באַשטײט פֿון זיבן טעמאַטישע אָפּטײלן, װאָס שפּיגלען אָפּ פֿאַרשידענע צדדים פֿונעם ייִדישן לעבן און טױט בעת דער מלחמה. עס הײבט זיך אָן מיט די „לעצטע בריװ”, װאָס מען האָט אָנגעשריבן ערבֿ דער אָקופּאַציע אָדער שױן פֿון די געטאָס. זײ האָבן זיך אָפּגעהיט על־פּי־נס, צומאָל מיט דער הילף פֿון צופֿעליקע מענטשן, װאָס האָבן זײ געפֿונען נאָך דעם, װי זײערע ייִדישע מחברים זײַנען שױן אָפּגעשיקט געװאָרן צום טױט. דערנאָך קומען בריװ מיט שרעקלעכע ידיעות װעגן דעם חורבן, װאָס מען האָט בהדרגה אָנגעהױבן צו באַקומען פֿון עדותן. בריװ אין די איבעריקע אָפּטײלן שילדערן דאָס לעבן אינעם סאָװעטישן אינלאַנד און אין די באַפֿרײַטע געגנטן; דערצײלן װעגן דעם פּאַטריאָטישן מסירת־נפֿש פֿון סאָװעטישע ייִדישע זעלנער, װי אױך װעגן אַנטיסעמיטיזם צװישן דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג.

די דאָזיקע בריװ זײַנען אוניקאַלע גבֿית־עדותן, װײַל זײ לאָזן הערן עכטע מענטשלעכע שטימען פֿון יענער תּקופֿה. דאָ מישן זיך אַרײַן קלײנע פּרטים מיט ריזיקע פּראָבלעמען. צומאָל װענדט מען זיך צו מיכאָעלסן און ערענבורגן מיט קלײנע טאָג־טעגלעכע בקשות און בעת־מעשׂה דערצײלט מען װעגן אומגעהױערע טראַגעדיעס.

אײניקע בריװ זײַנען ביז גאָר אינטערעסאַנט דװקא צוליב זײער אומגלייבלעכקײט. אָט למשל שרײַבט אַ ייִדישע פֿרױ פֿון אַ װײַטן טאָטערישן שטעטל צו אירע קרובֿים אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1943, און דער בריװ דערגרײכט טאַקע צום אַדרעסאַט! און מיט אַ יאָר שפּעטער באַדאַנקט זי די קרובֿים אין ארץ־ישׂראל פֿאַר שיקן מצות. אמת. דאָס פּעקל איז אָנגעקומען פֿון תּל־אָבֿיבֿ אין אַ פֿאַרװאָרפֿענעם שטעטל אין דער טאָטערישער געגנט פֿון רוסלאַנד ערשט אין דעם חודש מײַ, אָבער „די מצות זײַנען געװען זײער װײַס און געשמאַק, און דאָס פּעקל איז אָנגעקומען אין אַ גוטן צושטאַנד. אַ שײנעם דאַנק. מיר האָבן זײ אױפֿגעגעסן פֿאַר אײַער געזונט.”

לרובֿ זײַנען די מחברים פֿון די בריװ ניט געװען קײן באַרימטע פּערזענלעכקײטן, און די פּירושים גיבן אָן געװיסע פּרטים װעגן זײער לעבן, װי װײַט עס איז געווען מעגלעך. אײן שרײַבער איז אָבער גוט באַקאַנט אין דער װעלט פֿון דער ייִדישער פֿאָרשונג. אינעם יאָר 1943 האָט אַ יונגער פּליט פֿון װאַרשע, חנא שמערוק, װאָס האָט דעמאָלט געאַרבעט אין שאַכטעס אױפֿן אוראַל, זיך געװאָנדן צו דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקװע מיט אַ פֿאָרשלאָג: „היות װי עס איז פֿאַראַן אַ היפּשע צאָל מענטשן אין אַזאַ מצבֿ װי איך, װאָלט עס אפֿשר געװען צװעקמעסיק צו שאַפֿן אַ מיליטערישע אָפּטײלונג פֿון פּױלישע ייִדן אינעם באַשטאַנד פֿון דער פּױלישער דיװיזיע. איך בין זיכער, אַז עס װעלן זיך געפֿינען מער װי גאַנוג פֿרײַװיליקע.” די סיבה פֿאַרן דאָזיקן פֿאָרשלאָג איז געװען אַזאַ: די פּױלישע אַרמײ, װאָס האָט זיך אױסגעפֿורעמט אין רוסלאַנד, האָט זיך אָפּגעזאָגט צו נעמען ייִדן. שמערוק האָט זיך באַקלאָגט: „מען נעמט אונדז ניט אין דער רױטער אַרמײ און ניט אין דער פּױלישער דיװיזיע. װוּ זשע איז אונדזער אָרט?” שמערוק איז ניט געװען דער אײנציקער, װאָס האָט געמאַכט אַזאַ פֿאָרשלאָג, אָבער די סאָװעטישע מאַכט האָט אים ניט געפֿאָלגט.

װי עס דערקלערט דער רעדאַקטאָר אַרקאַדי זעלצער אין זײַן הקדמה, האָט דער ייִדישער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט געפּרוּװט צו ענטפֿערן די בריװ און אַרױסהעלפֿן ייִדן װי װײַט עס איז געװען מעגלעך, דער עיקר דורך געפֿינען דירות און אַרבעט־שטעלעס. אַזױ אַרום, האַלט זעלצער, האָט זיך געשאַפֿן אַ קאָלעקטיװער סאָװעטיש־ייִדישער באַװוּסטזײַן, װאָס האָט פֿאַראײניקט די סאָװעטישע ייִדישע פּני מיטן עמך. די בריװ האָבן אױך צוגעשטעלט דעם פֿאַקטישן מאַטעריאַל פֿאַרן „שװאַרצן בוך” און אַנדערע פּובליקאַציעס, װאָס דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט בדעה געהאַט אַרױסצוגעבן. דעמאָלט זענען די דאָזיקע ביכער ניט אַרױס, אָבער די מאַטעריאַלן האָבן זיך טאַקע יאָ אָפּגעהיט אין אַרכיװ.