„ווײַבערטײַטש‟, דער ייִדיש־שפּראַכיקער פֿעמיניסטישער פּאָדקאַסט אָנגעפֿירט פֿון סאָסיע פֿוקס האָט אין זײַן זעקסטן עפּיזאָד געמאַכט אַ פּאָר בײַטן וואָס שייך זײַן פֿאָרמאַט און טעמאַטיק.
קודם־כּל האָט סאָסיע פֿוקס איבערגעגעבן די לייצעס אַ צווייטער אָנפֿירערין פֿאַרן איצטיקן עפּיזאָד „לידער און גלאָריע‟ און דערצו האָט די נײַע אָנפֿירערין, טובֿה בענדזשאַמין, געפֿירט די פּראָגראַם אין אַ מער אַקאַדעמישער ריכטונג. בענדזשאַמין, אַ סטודענטקע אינעם טאָראָנטאָ־אוניווערסיטעט, האָט אינטערוויויִרט ד״ר אַנאַ שטערנשיס, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדיש און גלות־שטודיעס אינעם זעלביקן אוניווערסיטעט, וועגן אַ זאַמלונג פֿאַרגעסענע ייִדישע לידער וואָס מע האָט געזונגען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
די לידער האָבן געהערט צו אַן אַרכיוו, וואָס דער באַקאַנטער פֿאָלקלאָריסט משה בערעגאָווסקי האָט אָנגעזאַמלט. אין 1949 האָט די סאָוועטישע מאַכט בערעגאָווסקין אַרעסטירט און מע האָט גלײַכצײַטיק קאָנפֿיסקירט דעם אַרכיוו מיט די לידער. מע האָט פֿאַרגעסן וועגן די לידער ביז ד״ר שטערנשיס האָט על־פּי־צופֿאַל זיך דערוווּסט וועגן זיי אין די סוף־1990ער יאָרן, בעת זי האָט געמאַכט פֿאָרש־אַרבעטן אויף אַן אַנדער טעמע אין קיִעוו. דעמאָלט האָט אַן אַרכיוויסטקע איר געלאָזט וויסן וועגן דעם אַרכיוו אָבער זי האָט אים ניט געהעריק אויסגעפֿאָרשט ביז מיט פֿיר יאָר צוריק. ווי זי דערקלערט בענדזשאַמין אינעם אינטערוויו, האָט ד״ר שטערנשיס אַנטדעקט אוניקאַלע און אין גאַנצן פֿריִער־אומבאַקאַנטע לידער פֿון די געטאָס, קאָנצענטראַציע־לאַגערן און אַפֿילו פֿון דער רויטער אַרמיי. דורכן אַרכיוו, וואָס באַשטייט פֿון טויזנטער זײַטן, האָט זי אויסגעפֿונען אומדערוואַרטע לידער ווי קאַמפֿס־לידער אויף ייִדיש וועגן טשוּוואַשישע פֿרויען און גאָר אַגרעסיווע לידער מיט טיטלען ווי „היטלער קען אונדז קושן אין תּחת‟.
די קאָלעקציע איז בפֿירוש אינטערעסאַנט די צוהערער פֿון „ווײַבערטײַטש‟ ווײַל ס׳רובֿ פֿון די לידער האָבן אָנגעשריבן פֿרויען. ד״ר שטערנשיס דערמאָנט אינעם אינטערוויו אַז מער ווי אַ מיליאָן פֿרויען האָבן געדינט אין דער רויטער אַרמיי און אַ סך פֿון זיי זענען דווקא געווען ייִדישע טעכטער. לויט ד״ר שטערנשיס ווײַזן די לידער בולט אָן, אַז להיפּוך צו דעם וואָס ס׳רובֿ מיינען הײַנט, האָט מען דווקא יאָ גערעדט ייִדיש אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און מע האָט אַפֿילו געזונגען אויף ייִדיש אין דער רויטער אַרמיי.
די לידער צייכענען זיך אויס מיט זייער קאָסמאָפּאָליטישקייט. כאָטש זיי זענען אויף ייִדיש באַנוצן זיי זיך מיט מוזיק וואָס איז דווקא סאָוועטיש און אַפֿילו צומאָל ציגײַנעריש. דערצו זענען אַ סך פֿון די לידער דווקא ניט וועגן ייִדן, נאָר וועגן מער אַלגעמיינע סאָוועטישע טיפּן אָדער וועגן מענטשן פֿון אַנדערע פֿעלקער.
ווי ד״ר שטערנשיס גיט איבער אינעם אינטערוויו, האָט זי געמיינט, אַז די לידער זענען פּשוט געווען צו אינטערעסאַנט צו בלײַבן באַהאַלטן אין דער וועלט פֿון פֿאָרש־שטודיעס. זי האָט דערפֿאַר געאַרבעט מיט אַ ריי מוזיקער, אַרײַנגערעכנט דעם זינגער, פֿילאָלאָג און פּראָפֿעסאָר פֿון רוסישער ליטעראַטור ד״ר פּסאָי קאָראָלענקאָ צו שאַפֿן אַ קאָנצערט־פּראָגראַם פֿון זיי. דער רעזולטאַט פֿון זייער אַרבעט, „ייִדישע פּראַכט: די פֿאַרלוירענע לידער וועגן לעבן און גורל‟ קען מען זען דאָ:
מע קען זיך צוהערן צום נײַעם קאַפּיטל „ווײַבערטײַטש‟ דאָ: //www.vaybertaytsh.com/episodes/2016/12/22/episode-6-anna-and-tova-on-yiddish-glory
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.