ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 27, 2016, issue of December 28, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ ייִדיש בוך פֿאַר קינדער, נאָר ווער וועט עס לייענען?

אין דער שול
אויף דער וואַנט,
לענין ווײַזט
מיט דער האַנט.

לענינס וואָרט,
לענינס וועג,
פֿירט צו ליכט
אָן אַ ברעג.

די שורות האָבן זיך געלערנט ייִדישע קינדער אין די ייִדישע מלוכישע שולן אין פּוילן אין די פֿופֿציקער יאָרן. זייער לערן־בוך הייסט, אַגבֿ, „טריט בײַ טריט” און אויף פּויליש — „עלעמענטאַזש”.

פֿאַר וואָס האָב איך זיך דערמאָנט אינעם דעמאָלטיקן לערנבוך? ווײַל, צום באַדויערן, איז דער מצבֿ פֿון ייִדיש געווען אַ סך בעסער בײַ די קאָמוניסטן ווי הײַנט צו טאָג. ראשית־כּל, האָט מען דעמאָלט געלערנט די קינדער נישט נאָר וועגן לענינען נאָר אויך אָט די חנעוודיקע שורות פֿון פּרצן:

שטייט אין פֿעלד אַ ביימעלע
האָט עס גרינע צווײַגעלעך.
זיצט דערויף אַ פֿייגעלע,
מאַכט עס צו די אייגעלעך.

אין פּוילן האָבן זיך דעמאָלט ייִדישע קינדער זיך געלערנט רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש.

הײַנט זענען די אַזוי גערופֿענע ייִדישע שולן געפֿירט בלויז אויף פּויליש. זיי זענען נישט קיין מלוכישע שולן און במילא קאָסטן זיי אַ מאַיאָנטעק. פון דעסט וועגן האָב איך נאָך נישט געזען קיין תּלמיד אין די דאָזיקע פּריוואַטע שולן וואָס זאָל קענען אַרויסרעדן כאָטש איין זאַץ אויף העברעיִש. („נייטיוו־ספּיקערס‟ נישט אַרײַנגערעכנט).

פֿון ייִדיש איז שוין אין גאַנצן אָפּגערעדט.

און איצט צו נאָך אַ פֿראַגע. וואָס האָב איך זיך פּלוצעם דערמאָנט אין דעם דאָזיקן טרויעריקן מצבֿ? צוליב אַ בוך וואָס איז נאָר וואָס אַרויס, אַ ייִדיש בוך פֿאַר קינדער, מיט פּוילישער און ענגלישער איבערזעצונג. סע בלײַבט נאָר אַ קשיא אויף אַ מעשׂה — וווּ געפֿינט מען הײַנט אין פּוילן קינדער וואָס זאָלן קענען לייענען אַפֿילו די פּשוטסטע גראַמען אויף ייִדיש? אָבער מילא.

דאָס בוך האָט אַרויסגעגעבן די פֿונדאַציע „טשאָלנט”.

אַז מען גיט שוין אַרויס אַ ייִדיש בוך, ספּעציעל הײַנט, באַדאַרף מען האָבן אַ מגיה. ווען איך קען נישט קיין ענגליש וואָלט איך נישט געכאַפּט וואָס האָבן די אַרויסגעבער אין זינען מיטן טיטל: „אין זו‟. זײַט וויסן אַז „אין זו‟ איז נישט מער ווי AT THE ZOO.

וואָס סע לאָזט זיך טאָן אז אין פּוילישן ייִדיש און לאָמיר דאָ צוגעבן, אין פּויליש, דײַטש, פֿראַנצויזיש און נאָך און נאָך שפּראַכן אויפֿן אייראָפּעישן קאָנטינענט, זאָגט מען „זאָ”, קורץ פֿאַר „זאָאָלאָגישער גאָרטן”. „זאָ‟ און נישט „זו‟.

דזשונגעל, דאַקעגן, אַז איך האָב נישט קיין טעות, מעג מען יאָ שרײַבן מיט „ו‟ און נישט מיט אַ „קמץ אָ‟ (דזשאָנגל) ווי ס׳איז געשריבן געוואָרן אין בוך.


די ביליקע בילעטן פֿון וואַרשע קיין אילת זענען נישט כּדאַי

אַ קבצן קאָסט טײַער, פֿלעגט מײַן טאַטע זאָגן. ביליק קומט אַרויס טײַער. למשל: מען קויפֿט אַן אַלטן אויטאָ פֿאַר אַ שיבוש. נאָר וואָס זשע? יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק דאַרף מען אים רעפּאַרירן. דער סוף איז אַז דער ביליקער אויטאָ איז אין גאַנצן נישט ביליק.

די טעג דערציילן אונדז די צײַטונגען אז „וויזאייר” — די אזוי גערופֿענע LOW COST פֿלי־געזעלשאַפֿט, פֿאַרקויפֿט זייער ביליקע בילעטן אויף דער ליניע וואַרשע־אילת. זײַט וויסן אַז פֿליִען פֿון וואַרשע קיין תּל־אָבֿיבֿ איז גאַנץ ביליק. די וואַרשע־אילת בילעטן זענען נאָך ביליקער. די ישׂראל־רעגירונג וויל העלפֿן דער שטאָט אילת. זי וויל אונטערגעבן די אויסלענדישע טוריסטן מער חשק צו קומען אין דעם שיינעם וואַקאַציע־אָרט און דערפֿאַר סובסידירט זי די פֿלי־בילעטן קיין אילת.

אָבער, ווי מיר ווייסן שוין, אַ קבצן קאָסט טײַער. וואָס טויג מיר אַ ביליקן בילעט קיין אילת אז איך ווייס גאַנץ גוט אַז די האָטעלן אין אילת זענען געוואַלדיק טײַער. נאָך טײַערער ווי אין תּל־אָבֿיבֿ. בכלל, אויף יעדן שריט און טריט שינדט מען די הויט. אַ קאַווע, אַ בייגל, אַ גלאָז מינעראַל וואַסער, אַלץ קאָסט דאָרט צוויי און אַפֿילו דרײַ מאָל אזוי פֿיל ווי אין תּל־אָבֿיבֿ.

בײַ די ישראלים וואָס ווילן פֿאָרן פֿון ישׂראל קיין וואַרשע איז די נײַע ליניע אויך אַ קנאַפּע מציאה. אילת געפֿינט זיך אין סאַמע דרום. קיין באַן־ליניעס פֿאַרבינדן נישט אילת מיט תּל־אָבֿיבֿ, ירושלים אָדער אַפֿילו מיט בּאר־שבֿע. הייסט עס, אַז מען דאַרף זיך שלעפּן אַהינצוצו מיט טאַקסיס אָדער אויטאָס. דער סוף איז אַז נישט נאָר וואָס מען מוטשעט זיך במשך פֿון לאַנגע שעהען פֿאָרנדיק דורכן מדבר, נאָר דער סאַמע פּרײַז פֿון דער גאַנצער נסיעה קומט אַרויס פּונקט דער זעלבער אָדער אַפֿילו העכער ווי אַ בילעט פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין וואַרשע.

הייסט עס, אַז אויב די ישׂראל־רעגירונג און די שטאָט אילת ווילן האָבן מער טוריסטן, דאַרף מען מסתּמא גיבן אַ טראַכט וועגן אַנדערע מיטלען. למשל, אַראָפּלאָזן די פּרײַזן פֿון די האָטעלן און בּכלל באַטראַכטן טוריסטן ווי חשובֿע געסט, און נישט בלויז ווי אַ סטאַדע מילכיקע קי.