געוויסע ייִדישע לידער, דאַכט זיך, האָבן שטענדיק עקסיסטירט — מע גיט זיי פּשוט איבער פֿון דור צו דור.
איין משל דערפֿון איז דער ענגלישער נוסח פֿונעם חנוכּה־ליד „איך האָב אַ קליינעם דריידל“, און אַן אַנדערס איז דאָס שבת־ליד „שלום־עליכם“, וואָס ייִדישע משפּחות איבער דער וועלט זינגען עס ווען מע פֿאַרבעט דעם שבת־קודש אין הויז אַרײַן.
װײניק מענטשן װײסן אָבער אַז „איך האָב אַ קליינעם דריידל“ און דער באַקאַנטער ניגון פֿון „שלום־עליכם“ האָבן אָנגעשריבן אינעם פֿריִען 20סטן יאָרהונדערט צוויי ברידער פֿון ניו־יאָרק.
סעמיועל ע. גאָלדפֿאַרב האָט געשריבן „איך האָב אַ קליינעם דריידל“ (אין איינעם מיט סעמיועל ד. גראָסמאַן), בשעת זײַן עלטערער ברודער, ישׂראל גאָלדפֿאַרב, האָט קאָמפּאָנירט „שלום־עליכם“. אַ קאָמפּאַקטל וואָס מ׳האָט פֿאַר אַ יאָרן אַרויסגעלאָזט, Dreidel I Shall Play [אין דריידל וועל איך שפּילן] האָט דערוועקט אַן אינטערעס אין די צוויי ברידער און זייערע אויפֿטוען. אויפֿן אַלבאָם הערט מען באַנײַטע רעקאָרדירונגען פֿון די ברידער גאָלדפֿאַרבס יום־טובֿ־ און ליטורגישע לידער פֿון די 1910־1920ער יאָרן. די לידער זענען פֿון דאָס נײַ אַראַנזשירט געוואָרן פֿון קרעג טאַובמאַן, און אויפֿן אַלבאָם האָבן זיך באַטייליקט נשמה קאַרלעבאַך און דער איצט פֿאַרשטאָרבענער טעאָדאָר ביקעל.
דער כּוח הינטערן פּראָיעקט איז געווען מײַראָן גאָרדאָן, דער 96־יעריקער זון פֿון סעמיועל גאָלדפֿאַרב, מיט דער הילף פֿון זײַן טאָכטער, תּמר גאָרדאָן, אַ פּראָפֿעסאָרין בײַם רענסעלירער פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, און זײַן איידעם סקאָט קריסטיאַנסאָן, אַ מחבר. כאָטש די מעלאָדיעס וואָס די גאָלדפֿאַרבס האָבן געשאַפֿן זענען געוואָרן גרונט־עלעמענטן פֿונעם ייִדיש־אַמעריקאַנער לעבן — זײ רופֿן אַרױס גוטע זכרונות פֿון משפּחה־פֿאַרזאַמלונגען און שׂימחות – האָט גאָרדאָן געזאָגט אַז די מעלאָדיעס האָבן בײַ אים דװקא רעפּרעזענטירט דעם אַנטיטעז פֿון משפּחהדיקייט.
די ברידער גאָלדפֿאַרב זענען אויפֿגעוואַקסן אויף דער איסט־סײַד אין אַ משפּחה פֿון עלעף קינדער וואָס האָבן עמיגרירט פֿון גאַליציע. סעמיועל, וואָס האָט זיך געלערנט מוזיק און געשפּילט פּיאַנע אין ייִדישן טעאַטער, צווישן אַנדערע לאָקאַלן, האָט חתונה געהאַט דורך אַ גערעדטן שידוך מיט בעלע האָראָוויץ (די משפּחה הינטער דער באַוווּסטער מצה־פֿירמע „האָראָוויץ־מאַרגאַרעטען״). דער זון גאָרדאָן געדענקט נאָך ווי די פֿאַבריק האָט פֿאַרנומען אַזש אַ גאַנצן בלאָק פֿון דער איסט־סײַד, און „כ׳געדענק נאָך ווי מיר פֿלעגן זיך אַראָפּגליטשן די מעלגליטשן אין בעקערײַ“.
דער ברודער ישׂראל, אַ גראַדויִרטער פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר מוזיקקונסט (הײַנט די דזשוליאַרד־שול) איז געוואָרן אַן אויסגעשולטער חזן און שפּעטער דער לאַנגיאָריקער רבֿ אין דער בכּבֿודיקער „קיין־סטריט־סינאַגאָגע״. אין 1918 האָט ער אָנגעשריבן דעם ניגון צו „שלום־עליכם“, אַ ליד פֿון די צפֿתער קאַבאַליסטן פֿונעם שפּעטן 16טן אָדער פֿריִען 17טן יאָרהונדערט. ס׳איז געוואָרן באַקאַנט איבער גאָר דער וועלט, און ער האָט אַליין געזאָגט אַז „אַ סך האָבן גענומען גלייבן אַז די מוזיק האָט משה רבנו איבערגעגעבן אויפֿן באַרג סיני“.
די ברידער גאָלדפֿאַרב האָבן דאָס ליד געדרוקט אין אַ זאַמלונג א״ט Friday Evening Melodies [שבת־ניגונים], און מ׳האָט עס צענדליקער יאָרן לאַנג געניצט אין שילן איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אין די 1920ער האָט סעמיועל גאָלדפֿאַרב געשריבן „איך האָב אַ קליינעם דריידל“. ס׳האָט געדויערט אַ שטיק צײַט אַז דאָס ליד זאָל זיך פֿאַרשפּרייטן און ס׳איז נישט באמת געוואָרן פּאָפּולער ביז אין די 1950ער יאָרן, „ווען חנוכּה איז געוואָרן מער קאָמערציאַליזירט און פּאַראַלעל אויף ניטל“, און נאָך דעם האָט זיך עס מער פֿאַרשפּרייט, ווי אַ פֿאָלקסליד.
דערװײַל האָט סעמיועל גאָלדפֿאַרב פֿאַרלאָזט זײַן ווײַב בעלע ווען זײַנע קינדער זענען נאָך געווען יונג, האָט ווידער חתונה געהאַט אין 1929 און איז אַוועק אויפֿן מערבֿ־ברעג וווּ ער האָט יאָרן לאַנג געאַרבעט ווי דער מוזיק־דירעקטאָר אין אַ שיל אין סיאַטל. די באַציִונגען צווישן סעמיעול און זײַן זון (וואָס האָט שפּעטער געביטן זײַן נאָמען פֿון „גאָלדפֿאַרב“ אויף „גאָרדאָן“) האָבן זיך איבערגעבראָכן. איין מאָל ווען גאָרדאָן איז, אין זײַן אַרמיי־אוניפֿאָרעם, געקומען צון אים צו גאַסט אין סיאַטל האָט דער טאַטע אים פֿאָרגעשטעלט פֿאַר זײַנע פֿרײַנד ווי „אַ חבֿר“. נאָך מער: דער טאַטע סעמיועל האָט נאָר איין מאָל זיך געטראָפֿן מיט גאָרדאָנס ווײַב און קינדער, אין 1962. די משפּחה האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַרום דער פּיאַנע און געזונגען „איך האָב אַ קליינעם דריידל“.
די משפּחה איז געווען אַ צעבראָכענע, און דאָס ליד „איך האָב אַ קליינעם דריידל“ האָט בײַ גאָרדאָנען יאָרן לאַנג אַרויסגערופֿן ביטערע זכרונות װעגן זײַן משפּחה־לעבן. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט ער אָבער ווידער אַנטדעקט עטלעכע קעסטלעך פֿון זײַן טאַטן, פֿול מיט געדענקזאַכן, אַרײַנגערעכנט בריוו, לידערביכער, נאָטן און רעקאָרדירונגען. אַז ער האָט אָנגעהויבן רעקאָנסטרויִרן די געשיכטע און אויפֿלעבן די אַלטע לידער און מעשׂיות האָט עס פֿאַר אים געדינט ווי אַ מין טעראַפּיע. דערפֿון איז אַרויס דער אַלבאָם Dreidel I Shall Play.
די לידער אויפֿן אַלבאָם, כאָטש זיי האָבן אַן אַלטמאָדישן חן, זענען זיי אָבער אַראַנזשירט אויף אַ הײַנטצײַטיקן און לעבעדיקן אופֿן. אין די באַלייט־באַמערקן צום אַלבאָם דערציילט ער די משפּחה־געשיכטע, אירע ווייטיקן, און ווי אַזוי דער אַלבאָם איז פֿאַר אים געווען אַ רפֿואה פֿאַר די לאַנגיאָריקע וווּנדן.
„סוף־כּל־סוף בין איך נישט געווען קיין פּאַסיווער קרבן פֿון מײַן טאַטנס פֿאַרלאָזן אונדז אָדער די בענקשאַפֿט וואָס דאָס האָט גורם געווען“, האָט גאָרדאָן געגעבן צו פֿאַרשטיין. „איך האָב באַשלאָסן צו פּראָדוצירן עפּעס וואָס וועט מיר שאַפֿן אַ בעסערע פֿאַרבינדונג מיטן טאַטן. פֿאַר מיר רעפּרעזענטירן די לידער מער נישט קיין דורכפֿאַל, נאָר גיכער אַ סימן פֿון דעם מין משפּחה־לעבן װאָס ס׳װאָלט געקאָנט זײַן.״
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.