ווי אַלע אַנדערע ייׅדישע קהילות, פּראַוועט די מאָסקווער ייׅדישע קהילה דעם יום־טובֿ חנוכּה. חנוכּה האָט שוין לאַנג זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ יום־טובֿ וואָס ווערט אָפֿן געפּראַוועט אויף די גאַסן. אַ גרויסן חנוכּה־לאָמפּ האָט מען אָנגעצונדן אויף רעוואָלוציע־פּלאַץ, איינעם פֿון די וויכטיקסטע פּלעצער אין צענטער מאָסקווע. אין אַ סך שילן און וועלטעכע קלובן האָט מען דורכגעפֿירט פֿײַערלעכע קאָנצערטן און פּראָגראַמען פֿאַר קינדער. אין רוסלענדישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, אינעם אָפּטייל פֿון ייׅדישע לימודים, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ סעמינאַר לכּבֿוד דעם יום־טובֿ. מע האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון דעם יום־טובֿ און זײַן באַזיניקונג, און וועגן דער אַנטשטייונג און דער געשיכטע פֿון זײַנע מנהגים, בתוכם דער ליטורגיע און די שפּילן.
צו די אַנדערע נײַעס – צום באַדויערן, טראַגישע. שוין עטלעכע טעג רעדט דער רוסישער עולם, קודם־כּל, וועגן דער טראַגעדיע וואָס איז פֿאָרגעקומען איבערן שוואַרצן ים, וווּ ס׳איז געפֿאַלן און האָט זיך צעבראָכן אַן אַעראָפּלאַן מיטן אַרמיי־אָרקעסטער וואָס איז געפֿלויגן קיין סיריע. אויפֿן אַעראָפּלאַן האָט זיך אויך געפֿונען יעליזאַוועטאַ גלינקאַ, די באַרימטע דאָקטערין וואָס האָט געגרינדעט די סיסטעם פֿון האָספּיסן אין רוסלאַנד. אַלע ייׅדישע אָרגאַניזאַציעס, כּולל די רעליגיעזע קהילות, ווי אויך מדינת־ישׂראל, האָבן אַרויסגעברענגט זייער מיטלײַד צו די משפּחות פֿון די אומגעקומענע.
אַ סימבאָלישע געשעעניש אין מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט: דאָרטן, אין דעם טייל צוזאַמענוווינונג וואָס געפֿינט זיך אין דעם הויפּט־בנין פֿון דעם אוניווערסיטעט, האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ מזוזה. צוגעקלעפּט זי צו דער וואַנט האָט ר’ ממש סקאַלקאַ, דער רבֿ פֿון דער קהילה “חבֿרים” וואָס אַרבעט מיט ייׅדישע סטודענטן. דאָס איז די ערשטע מזוזה אויף דער גאַנצער טעריטאָריע פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט. און אין אַ קליינער שטאָט, וואָס געפֿינט זיך זייער נאָענט צו מאָסקווע, כימקי, איז געעפֿנט געוואָרן אַ נײַע שיל. די שיל געהערט צום רוסלענדישן חב”ד, אָבער דאָרט הערט מען ניט נאָר תּפֿילות, נאָר אויך פֿאַרשיידענע לעקציעס און סעמינאַרן.
מיט אַ וואָך צוריק איז אין מאָסקווער קרעמל פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע פֿון צוטיילן די אָנגעזעענע פּרעמיע אין דער ייׅדישער וועלט – “פֿידלער אויפֿן דאַך”, וואָס האָבן באַקומען עטלעכע מענטשן. צווישן די אַנדערע איז געווען דער שול־טעאַטער פֿון דער ייׅדישער שול “אָרט”, וואָס הייסט “שקט”. דעם טעאַטער האָט מיט 9 יאָר צוריק געשאַפֿן נינאַ בלאָך, אַ לערערקע פֿון רוסישער שפּראַך און ליטעראַטור, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. אין איר אָנדענק האָבן די תּלמידים צום לעצטן מאָל געוויזן זייער ספּעקטאַקל „דרייפֿוס‟, וואָס איז באַרימט געוואָרן אין מאָסקווע, ניט געקוקט אויף דעם אַז עס שפּילן אין אים ניט פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן, נאָר קינדער. דער ספּעקטאַקל דערציילט וועגן דעם מצבֿ אין די 1930ער יאָרן אין פּוילן, וווּ אַ טעאַטער־טרופּע האָט באַשלאָסן אויפֿצופֿירן אַ ספּעקטאַקל וועגן אַלפֿרעד דרייפֿוס.
און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט קומט פֿון מאָסקווער געגנט, וווּ מיט אַ יאָר צוריק איז געבויט געוואָרן אַ נײַ פֿליפֿעלד – דאָס פֿערטע אין מאָסקווע. דאָס פֿליפֿעלד געפֿינט זיך אויף מערבֿ פֿון מאָסקווע און הייסט “זשוקאָווסקי”. דערווײַל קען מען פֿון דאָרטן נאָר פֿליען קיין בעלאַרוס, טאַדזשיקיסטאַן און קירגיזיע, אָבער – מיט עטלעכע טעג צוריק איז דערקלערט געוואָרן, אַז באַלד וועלן פֿון דאָרטן פֿליען אַעראָפּלאַנען אויך אין אַנדערע ערטער, בתוכם קיין ישׂראל. דאָס רעכט איבערצופֿירן די פּאַסאַזשירן אויף דעם מאַרשרוט האָט באַקומען די אַוויאַקאָמפּאַניע “יאַמאַל”. מע פּלאַנירט צו פֿליען אַהין 4 מאָל אַ וואָך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.