א פראסטיגע קעלט הערשט אינדרויסן. די ערד מיט די נאקעטע ביימער זענען באדעקט מיט שניי. „מלאך וועטער‟… אזוי רופט דאס מיין מאמע זאל לעבן.
אינעווייניג אין שטוב גרייט מען זיך צום יום טוב חנוכה. די מנורה מיט די פוץ געצייג זענען שוין ארויסגענומען פון שאנק. די לאטקעלעך טאנצן אין טאפ אין די הייסע אויל שפריצט איבערן קיך. מען זוכט אױס די דריידלעך מיט די קוויטלעך און מען גרייט צו דעם בינטל דאלארן אויסצוטיילן פאר חנוכה געלט. עס איז די צייט פון יאר וואס משפחות פארברענגען צוזאמען, זינגען ביי די חנוכה ליכט, און פראווען די אזוי גערופענע חנוכה פארטיס.
די חנוכה פארטיס איז אן עקסטערע פרשה פאר זיך. יעדע נאכט — אן אנדערע. עס איז דא די שוויגערס פארטי, די מאמעס, און די באבע־זיידעס פון ביידע צדדים. און דאס צו פלאנירן און דאס אויסחשבונ׳ען איז גאר נישט קיין קליינע ארבעט. מען דארף זיכער מאכן מיט אלע שנורן און איידעמס, קינדער און אייניקלעך אז יעדנס פארטיס זאלן שטימען. עס זאל חס ושלום נישט אויסקומען אז מען זאל פארפעלן צו גיין אדער צו דער שוויגער אדער צו דער מוטער. און מען קען דאך נישט טאנצן אויף צוויי חתונות.
ווער עס דערמאנט זיך צו ערשט האט די ווייניגסטע ארבעט. מען רופט אן אלע קינדער שוין א פאר וואכן פאר חנוכה און מע זאגט: „איך מאך די פארטי דינסטאג נאכט. מאכט זיכער עץ פלאנסט נישט עפעס אנדערש,‟ און שוין. אבער אויב דערמאנט מען זיך צוויי וואכן פאר חנוכה, איז מען שוין אויף געהאקטע צרות.
„אבער מיין באבע האט שוין געזאגט זי מאכט דינסטאג נאכט,‟ זאגסטו, און יענעמס באבע און שוויגער האבן שוין גערופן אויף דינסטאג. און די וואס דערמאנען זיך ערשט א פאר טעג פאר חנוכה מוזן שוין מאכן די פארטי „זאת חנוכה‟ אדער צוויי טעג נאך דעם ווייל יעדער איז שוין פארנומען די צווייטע נאכט. ווי זאגן נאר די העשטעגס? דער געראנגל איז עכט! (The struggle is real בלע״ז).
בקיצור, נאך אלע מעשיות, קומט זיך די משפחה צוזאמען און מען פארברענגט אינאיינעם, און מען טיילט אויס מתנות מיט חנוכה געלט, און יעדער איז צופרידן.
ווען די צייט פון יאר קומט אונטער, פיל איך נאך אלץ א שטיקל אנטוישונג און ווייטאג. נאך א יאר וואס איך בין נישט איינגעלאדן צו מיין משפחהס חנוכה פארברענג. נאך א יאר און מיין פאטער וויל מיך נישט דארט. און אזוי טראכטנדיג גיי איך ארויף אויפן פייסבוך צו קוקן וואס מיינע פריינט האבן היינט געהאט פאר פרישטאג אדער ווער איז געווען וואו נעכטן, קום איך אנטקעגן א פאסט ווי איינער שרייבט וואס פארא דרוק און ווייטאג עס איז צו זיצן מיט די משפחה פארשטעלטערהייט, און זיך פילן אומבאקוועם צו זיין די „גוי׳טע‟ — די וואס איז אנדערש פון יעדן, און נישט קענען מיטטיילן גארנישט פון איר פריוואט לעבן, ווייל זיי וועלן דאס נישט פארשטיין, צי ווייל זיי זענען נישט אינטערעסירט.
לייענענדיג דאס איז מיר געקומען אין געדאנק אז איך דארף זיין גליקליך און צופרידן אז איך דארף דאס נישט דורכמאכן. עס איז מיר בעסער אזוי. נאך דערצו זייענדיג א מענטש מיט נערוון איז דאס בכלל נישט געזונט פאר מיר. און אז מיין טאטע האט באשלאסן ער וויל נישט מער הערן פון מיר איז דאס נאר א טובה פאר מיר. עס איז בעסער נישט צו נעמען אנטייל ווי צו זיצן מיט משפחה הינטער א שלייער און נישט קענען זיין ווי איך בין טאקע. (מיט משפחה מיין איך מיינע עלטערן. צווישן מיינע שוועסטער און ברידער פיל איך זיך גאנץ היימיש און באקוועם.)
איז דעריבער בין איך זייער דאנקבאר צו מיין פאטער פאר׳ן מיך נישט לאזן אנטיילנעמען ווייל דאס לעבן איז א סך גרינגער אזוי. איך דארף נישט זיין פארנומען מיטן אויסרעכענען וועלכע נאכט גייט מען וואו.
און פאר אייך אלע פרויען וואס נעמען יא אנטייל אין די משפחה מסיבות, און איר שפירט זיך נישט אין פלאץ און פילט זיך אויסגעשלאסן, האב איך גרויס מיטלייד. אבער לאמיר קוקן אויף די מעלות. בעסער זיך אנשטעלן אן אנדער פנים איין מאל אין א יובל, ווי איידער צו לעבן א לעבן פון שקר א גאנץ יאר, נאר צו קענען זיין ווי יעדער איינער און זיך אריינפאסן אינעם קעסטל. לאזט נישט קיינעם אייך צוריקהאלטן פון נאכפאלגן דאס הארץ. און אז מען איז אמת׳דיג מיט זיך אליין איז דאס די גרעסטע מדרגה וואס מען קען אנקומען. ווייל פון דארט און ווייטער איז שוין דער וועג א קלארער.
האטס מיר אלע א פרייליכן לעכטיגן דרוקלאזן חנוכה!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.