די פּאָפּולערע ניטל־לידער און קאַראָלן (אַ וואָרט וואָס מע זעט זעלטן־ווען אויף מאַמע־לשון) זענען באַקאַנט יעדן אײַנוווינער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווײַל מע קען אין נאָוועמבער און דעצעמבער ניט גיין אײַנקויפֿן אָן צו הערן די זעלביקע לידער אָבער און ווידער אַמאָל. כאָטש אַ סך פֿון די לידער זענען זייער שיין, פֿילן אַ סך מענטשן (און דווקא ניט בלויז ייִדן), דענערווירט פֿון זיי ווײַל אַפֿילו דאָס שענסטע ליד קריכט שוין פֿון האַלדז נאָך דעם וואָס מע הערט עס צענדליקער מאָל במשך פֿון אַ פּאָר וואָכן.
זײַט זשע מיר מוחל וואָס איך לייג פֿאָר אַז איר זאָלט זיך צוהערן נאָך אַ מאָל צו אַ פּאָפּורי ניטל־לידער, אָבער ס׳איז טאַקע כּדאַי. יוסי דעסער איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע אויפֿפֿירונגען פֿון פּאָפּולערע חסידישע לידער, אַלטע לידער פֿונעם ייִדישן טעאַטער און די לשון־קודשדיקע לידער פֿון שלמה קאַרלעבאַך. לעצטנס האָט ער אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ אויף „יו־טוב‟, אין וועלכן ער שטעלט פֿאָר זײַנע „פֿאַרטײַטשטע און פֿאַרבעסערטע‟ ייִדישע נוסחאָות פֿון אַ ריי פּאָפּולערע ניטל־לידער און קאַראָלן, נאָר מיט אַ קנייטש: אַנשטאָט פּשוט איבערצוזעצן די סעקולערע ניטל־לידער („ווינטער וווּנדערלאַנד‟, „ווײַס ניטל‟ און אַזוי ווײַטער), שאַפֿט ער נײַע ווערסיעס פֿון פֿרומע ניטל־לידער, נאָר דווקא וועגן חנוכּה.
כאָטש דער גאַנצער פּראָיעקט איז אַוודאי צום טייל איראָניש, זינגט ער אויף אַזאַ ערנסטן און לעבעדיקן אופֿן, אַז מע קען אויף אַ רגע מיינען, אַז די לידער קומען פֿון עפּעס אַ פּאַראַלעלן אוניווערס אין וועלכן מע האָט טאַקע געשריבן די באַקאַנטסטע ניטל־לידער אויף ייִדיש לכּבֿוד חנוכּה. להיפּוך צו ענלעכע „חנוכּה־קאַראָלן‟ פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟ און „די פֿאָלקסבינעס‟ חנוכּה־ספּעקטאַקלען, איז דעסערס כּוונה בײַם זינגען די לידער ניט אַז מע זאָל פֿון זיי לאַכן. דאָס איז פּאַסיק ווײַל כאָטש די לידער זענען איראָניש, זענען זיי ווײַט ניט לעכערלעך אָדער להבֿדיל, אַ פּאַראָדיע.
עס געפֿעלט מיר אַלע לידער אָבער איך האַלט אַז זײַנע נוסחאָות פֿון „שטילע נאַכט‟ און „פֿעליס נאַווידאַד‟ זענען ספּעציעל געלונגען. ס׳איז ניט קיין חידוש וואָס „שטילע נאַכט‟ זאָל קלינגען גוט אויף ייִדיש ווײַל דאָס ליד איז לכתּחילה געווען אַ דײַטשע מיט פּשוטע ווערטער וואָס לאָזן זיך גרינג „פֿאַרייִדישן‟. אַז די שפּאַנישע „איך ווינטש דיר אַ פֿריילעכן ניטל‟ זאָל אָבער קלינגען היימיש אויף ייִדיש ווי „איך וויל דיר ווינטשן אַ פֿריילעכן חנוכּה‟ איז מיר געווען אַן אַנטפּלעקונג.
איין שפּראַכלעכע באַמערקונג: אין זײַן „חנוכּה אין די גאַסן‟ זינגט דעסער וועגן „פֿאַנקען‟. פֿאַנקען איז דאָס פֿאַרשפּרייטסטע וואָרט פֿאַר „פּאָנטשקעס‟ אינעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש. דאָס וואָרט שטאַמט פֿון אונגעריש, מסתּמא אויפֿן סמך פֿונעם דײַטשישן Pfannkuchen. עס איז געווען פֿאַרשפּרייט אין די זיבן־בערגן (טראַנסילוואַניע) פֿאַר דער מלחמה אָבער ניט ברייט באַקאַנט אין ס׳רובֿ מקומות. הײַנט הערט מען אים אָבער אין ניו־יאָרק, לאָנדאָן, אַנטווערפּן און ירושלים אַ סך אָפֿטער ווי דאָס וואָרט „פּאָנטשקע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.