ד״ר וואַלטער רעל האָט באַנײַט ייִדיש־פֿאָרשונג אין דײַטשלאַנד

Walter Röll Rejuvenated Yiddish Scholarship in Germany


פֿון שמעון נויבערג

Published January 01, 2017, issue of December 28, 2016.

ד״ר וואָלטער רעל, דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אין טריר אוניווערסיטעט, וועלכער איז דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, דעם 25סטן דעצעמבער, ניפֿטר געוואָרן צו 79 יאָר, איז אין די קרײַזן פֿון דער היסטאָרישער ייִדיש־פֿאָרשונג געווען באַקאַנט ווי דער וואָס האָט ממש אויפֿגעריכט דעם־אָ שטח אין דײַטשלאַנד — אַ שטח וואָס צו איר האָט שלמה בירנבױם געהאַט געשאַפֿן אַ יסוד ערבֿ דער נאַצי־תּקופֿה אין האַמבורג.

ווי אַ יונגער גערמאַניסט האָט וואָלטער רעל אַנטדעקט די געזאַמלטע מאַטעריאַלן אין ביבליאָטעק, און אין 1965 אָנגעפֿירט מיט דעם ערשטן אוניווערסיטעט־סעמינאַר וועגן ייִדיש אין נאָך־מלחמהדיקן דײַטשלאַנד. און ווײַל לערך אין דער זעלביקער צײַט איז פֿון דאָס נײַ אַנטדעקט געוואָרן דער „קעמברידזשער כּתבֿ־יד‟ פֿון 14טן י׳׳ה [וואָס אין איר האָבן זיך געפֿונען בפֿירושע מאַנוסקריפּטן אויף ייִדיש] האָבן עטלעכע גערמאַניסטן זיך גענומען צו אַלטייִדיש און מערבֿ־ייִדיש.

וואָלטער רעל (רעכטס) און שלמה בירנבוים אין 1986
וואָלטער רעל (רעכטס) און שלמה בירנבוים אין 1986

דעם ערשטן אַרטיקל האָט פּראָפֿ׳ רעל אָבער געדרוקט וועגן דעם באַרימטן ייִדישן גראַם פֿון „וואָרמסער מחזור‟ וואָס שטאַמט גאָר פֿון 13טן י׳׳ה.‏‎

‏זינט 1970 איז פּראָפֿ׳ רעל שױן ניט געווען אין האַמבורג נאָר אין טריר, וווּ ער האָט געזאָרגט אַז טריר זאָל ווערן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון מערבֿ־ייִדיש: אַן ערשטן אינטערנאַציאָנאַלן קאָלאָקוויום וועגן ייִדיש האָט ער אָרגאַניזירט אין 1976 (און עס האָבן אָנטייל גענומען עטלעכע מיטגלידער פֿון דער ערשטער האַמבורגער גרופּע), און אין 1986 האָט ער געזאָרגט אַז שלמה בירנבױם זאָל באַקומען אַן ערן־דאָקטאָראַט פֿון דעם אוניווערסיטעט, שמידנדיק אַזױ אַרום פֿעסטער די גאָלדענע קייט פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע — ווי אויך אַז עס זאָל זיך שפּעטער שאַפֿן אױפֿן אָרט די ערשטע קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש אין אייראָפּע.‏‎ 

מיט זײַנע פּובליקאַציעס האָט ד״ר רעל אױך געאַרבעט צו שאַפֿן אַ ברייטן יסוד פֿאַר ווײַטערדיקע פֿילאָלאָגישע פֿאָרשונגען, אַרױסגעבנדיק צווישן אַנדערע די מערבֿ־ייִדישע גלאָסעס צום ספֿר איובֿ זינט דעם 15טן י׳׳ה, מיט אַ שלל פֿילאָלאָגישע דערקלערונגען. די מאָנומענטאַלע עדיציע איז אַן אוצר מיט אַלטע שפּראַך־מאַטעריאַלן. ביז זײַן פּטירה האָט וואַלטער רעל געאַרבעט אױף אַ ייִדישן היסטאָרישן ווערטערבוך וואָס איז נישט פֿאַרענדיקט געוואָרן, הגם אַן ערשטער נוסח איז אַרױס אין 2004.

זײַנע אַרבעטן וועגן איובֿ — ער האָט אױך אַרױסגעגעבן אַ וואָגיקן ייִדיש געשריבענעם פּירוש לױט אַ מאַנוסקריפּט פֿון 16טן י׳׳ה — גיט אונדז אָבער אַ סך צו לערנען לכּבֿוד זײַן אָנדענק.