ווי אַ סך פֿרומע ייִדישע צענערלינגען, האָט אסתּי אַקערמאַן געהאַט אַ פּינגפּאָנג־טיש אין איר קעלער, כּדי זיך צו פֿאַרווײַלן אין די לאַנגע שבת־נאָכמיטאָגן זומערצײַט.
להיפּוך צו די אַנדערע ייִדישע מיידלעך אין איר עלטער, אָבער, איז זי געוואָרן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אינעם ספּאָרט און האָט זיך פֿאַרשריבן אין פּראָפֿעסיאָנעלע קלובן פֿון טיש־טעניס, כּדי צו טרענירן. דאָס 15־יעריקע מיידל איז הײַנט אַן אָפֿטע געווינערין פֿון פֿאַרמעסטן קעגן עלטערע און שטאַרקערע קעגנער. אין דעצעמבער האָט די אײַנוווינערין פֿון לאָנג־אײַלענד געוווּנען פֿינף מעדאַלן, אַרײַנגערעכנט צוויי גאָלדענע, בײַם „נאַציאָנאַלן טשעמפּאָינאַט פֿון טיש־טעניס‟ אין לאַס־וועגאַס.
אַקערמאַן, וואָס איז אַ תּלמידה בײַ דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער „ישיבֿה־אוניווערסיטעט מיטלשול פֿאַר מיידלעך‟ אין קווינס, איז פֿאַראינטערעסירט געוואָרן אין פּינגפּאָנג אַ דאַנק איר פֿאָטער גלען, וואָס האָט אויפֿגעשטעלט דעם פּינגפּאָנג־טיש אין זייער הויז אין וועסט העמפּסטעד מיט זיבן יאָר צוריק. ער האָט לכתּחילה בלויז געוואָלט פֿאַרזיכערן, אַז אסתּי און איר ברודער עקיבֿא, זאָלן רעגולער מאַכן געניטונגען. אָבער נאָך דעם וואָס ער האָט געזען וואָס פֿאַר אַ טאַלאַנט זײַן טאָכטער האָט געהאַט צום ספּאָרט, האָט ער זי געבראַכט צו אַ קלוב פֿאַר טיש־טעניס, זי זאָל באַקומען לעקציעס פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלן שפּילער.
בלויז זיבן יאָר שפּעטער, ווערט אסתּי פֿאַררעכנט פֿאַר איינער פֿון די 30 בעסטע שפּילערינס אין אַמעריקע וואָס איז ייִנגער פֿון 18 יאָר אַלט.
פֿריִער אין יאָר איז זי געווען איינע פֿון 16 מיידלעך און פֿרויען, וואָס האָבן דערגרייכט די לעצטע רונדע פֿונעם קאָנקורס צו דעצעדירן, וועלכע דרײַ אַטלעקטעס וועלן פֿאַרטרעטן די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויף דער אָלימפּיאַדע אין בראַזיל. אסתּי איז צום סוף ניט אָנגענומען געוואָרן אין דער אָלימפּישער מאַנשאַפֿט אָבער זי האָפֿט אַז זי וועט קענען אויפֿטרעטן בעת דער אָלימפּיאַדע אין טאָקיאָ, יאַפּאַן אין 2020.
אַקערמאַן איז זייער אַ פֿאַרנומען מיידל. איר שולטאָג דויערט ביז פֿינף אַזייגער אין אָוונט און זי איז אויך די שטערן פֿון איר שולס קוישבאָל־מאַנשאַפֿט פֿאַר ייִנגערע תּלמידות. כאָטש זי טרענירט יעדן טאָג, שפּילט זי ניט אַזוי ערנסט אויף שבת, כּדי איר טרענירונג זאָל ניט פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַרבעט.
„אַמאָל קלער איך, צי וואָלט איך אפֿשר געווען אַ בעסערע שפּילערין, ווען איך וואָלט אויך שבת און יום־טובֿ טרענירט ווי געהעריק?‟ האָט אסתּי געזאָגט דער ייִט׳׳אַ.
אין 2012 האָט אַקערמאַן פֿאַרלאָזט אַ פֿאַרמעסט, ווײַל איר מאַטש אין אַ פֿרײַטיק האָט זיך געזאָלט אָנהייבן צו נאָענט צו שבת. צוליב איר באַשלוס ניט אָנטיילצונעמען אינעם קאָנקורס, כּדי ניט מחלל שבת זײַן, האָבן עטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט חב׳׳ד און די אָרטאָדאָקסישע סטודענטישע גרופּע Meor, איר אָפּגעגעבן כּבֿוד דערפֿאַר.
אַקערמאַן און איר פֿאָטער ווילן, אַז מע זאָל ניט בלויז שפּילן פּינגפּאָנג ווי אַ פֿאַרווײַלונג אום שבת, נאָר אַז די אַמעריקאַנער ייִדישע טאָגשולן זאָלן לערנען טיש־טעניס ווי אַן עכטן ספּאָרט. „מיר ווילן ברענגען דעם ספּאָרט אַרויס פֿונעם קעלער און אַרײַן אינעם הויפּטשטראָם,‟ האָט איר טאַטע געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.