ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published January 03, 2017, issue of January 27, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

בריוו פֿון 1946 רופֿט די נאַציס — „די דײַטשן‟

די קוזינע פֿונעם מחבר, קראָקע 1946
די קוזינע פֿונעם מחבר, קראָקע 1946

מיט אַ וואָך צוריק האָב איך באַקומען פֿון מײַן שוועסטער אַ בריוו פֿון קראָקע וואָס איך האָב פֿריִער קיין מאָל נישט געזען.

די מעשׂה מיטן בריוו איז אַזוי. מיין פֿעטער וואָס די דײַטשן האָבן דערמאָרדעט, האָט געהאַט אַ שיינע פֿרוי. אַ פּאָליאַק האָט זיך פֿאַרליבט אין איר און זי געראַטעוועט אין איינעם מיט איר טאָכטער. די טאָכטער, פֿאַרשטייט זיך, איז מײַן קוזינע. אין יאָר 1946 האָט מײַן פֿעטערס פֿרוי דערציילט מיין טאַטן אינעם בריוו ווער עס איז לעבן געבליבן פֿון אונדזער גרויסער משפּחה.

פֿאַר וואָס דערמאָן איך דעם דאָזיקן בריוו? ווײַל מײַן פֿעטערס פֿרוי רעדט אינעם בריוו ווי אונדזער משפּחה האָט געליטן פֿון „די דײַטשן‟. זײַט וויסן אַז לויט די כּללים פֿונעם פּאָליטיש־קאָרעקעטן לשון הײַנט אין פּוילן, טאָר מען נישט רעדן פֿון קיין שום „דײַטשן‟ אין שײַכות מיטן חורבן.

כּל־זמן פּוילן איז געווען קאָמוניסטיש זענען די מזרח־דײַטשן געווען, כאָטשבע אָפֿיציעל, אונדזערע בעסטע חבֿרים.

שוין אָפּגערעדט הײַנט. הײַנט זענען די דײַטשן אונדזערע גרעסטע עקאָנאָמישע שותּפֿים — און בכלל די גאַנצע דעה־זאָגערס אין דער אייראָפּעיִשער אוניע. במילא טאָר מען זיי נישט באַליידיקן און דערמאָנען די מיאוסע מעשׂים פֿון זייערע אָבֿות דאָ אין לאַנד בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

איז וואָס טוט מען? ווער, לויט די פּוילישע מעדיען האָט געבויט די קאָנצעטראַציע־ און אומברענג־לאַגערן איבער גאַנץ פּוילן? איראַן זאָגט אַז זיי האָבן קיין מאָל נישט עקזיסטירט אָבער מיר זעען זיי דאָך ממש פֿאַר די אויגן! אויף דעם איז דאָ אַן ענטפֿער: אַלע מיאוסע מעשׂים האָבן אויסגעפֿירט בלויז „די היטלעריסטן‟, נישט די דײַטשן חלילה.

צוריק צו קראָקע: די ייִדישע נײַעס־אַגענטור (ייִט״אַ) האָט לעצטנס איבערגעגעבן, אַז אַ ריכטער אין קראָקע האָט געפּסקנט אַז די דײַטשישע טעלעוויזיע „צע־דע־עף‟ דאַרף זיך אַנטשולדיקן בײַ קאַראָל טענדעראַ. קאַראָל טענדעראַ, וואָס איז שוין 95 יאָר אַלט, איז געווען אַ קאַצעטניק אין אוישוויץ. ער האָט אָנגעקלאָגט „צע־דע־עף‟ הלמאי זיי באַנוצן זיי זיך מיטן טערמין „פּוילישער טויטלאַגער‟ אין שײַכות מיט אוישוויץ. דער אַמאָליקער קאַצעטניק האָט געטענהט אַז אוישוויץ געפינט זיך טאַקע אין פּוילן אָבער דער לאַגער, ווי קינד און קייט ווייסן, איז געווען א דײַטשישער, נישט קיין פּוילישער.

א סך צײַטונגען, און אונדזער Forward, בּתוכם האָבן פּובליקירט דעם ענין.

אפֿשר בין איך זיך טועה, אָבער מיר דאַכט זיך אַז היות וואָס מען טאָר שוין נישט שרײַבן דײַטשישע אומברענג־לאגערן פֿאַרגעסט מען ביסלעכווייז וועמענס לאַגערן זענען זיי געווען. נו, זינט אַ סך פֿון זיי געפֿינען זיך טאַקע אין פּוילן, הייבט מען אָן צו רעדן פֿון פּוילישע לאַגערן. די פֿראַזע HITLERIAN DEATH CAMPS וועט קיינער נישט שרײַבן. ראשית־כּל, סע קלינגט עפּעס מאָדנע. והשנית, מיר ווייסן אַלע אַז היטלער איז נישט געווען דער איינציקער אַנטיסעמיט אין דײַטשלאנד און עסטרייך אין יענע יאָרן. במילא איז דער אַטריבוט, איידל גערעדט, נישט אַרומנעמיק. הראיה: מײַן פֿעטערס פֿרוי און מיליאָנען אַנדערע געליטענע פֿונעם חורבן האָבן זיך קיין מאָל נישט באַנוצט מיט דער דאָזיקער אויסגעטראַכטער טערמינאָלאגיע.

הכּלל, ווער סע לייגט זיך שלאָפֿן מיט דער קאַץ דאַרף ליב נעמען איר קראַץ. מאַכט רש״י — אויב פּוילן אַליין רעדט נישט קיין קלאָרע דיבורים אין שײַכות מיט די אומברענג־לאַגערן, דאַרף זי נישט שטוינען, אַז די דײַטשן פֿאַרטושן דעם ענין אין גאַנצן.


שטעטל וויראָשאָוו בײַט נאָמען פֿון געוויסע גאַסן לזכּרון דער אַמאָליקער ייִדישער געגנט

דאָס שטעטל וויראָשאָוו (Wieruszow) לעבן לאָדזש וויל פֿאַרייִדישן די נעמען פֿון עטלעכע גאַסן. וואָס מיט אַ מאָל? איז קודם־כּל אין פּוילן בײַט מען כּסדר די נעמען פֿון די גאַסן. דער פּוילישער פּאַרלאַמענט האָט אפֿילו באַשלאָסן אַז מען דאַרף פּטור ווערן פון די אַמאָליקע קאָמוניסטישע נעמען פֿון די גאַסן, סקווערן וכדומה.

נאָך אַ זאַך: די קאָמוניסטן האָבן פֿאַרשוויגן די ייִדישע מאַרטיראָלאָגיע בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אַזוי ווי דער ייִדישער עבֿר פֿון די שטעט און שטעטלעך אין פּוילן.

וויראָשאָוו האָט בדעה מתקן זײַן אָט די עוולה. אַזוי וועט די מזרח־גאַס, „אוליצאַ ווסאָכדניאַ‟ אויף פּויליש, הייסן „די ייִדישע גאַס‟, „אוליצאַ זשידאָווסקאַ‟ אויף פּויליש. די סיבה: די גאַס פֿירט צום ייִדישן בית־עולם. די גאַס וווּ עס האָט זיך געפֿונען די שיל און איז געווען אַ טייל פון דער וויראָשאָווער געטאָ וועט הייסן „די געטאָ־גאַס‟.

די מערבֿ־גאַס, „אוליצאַ זאַכאָדניאַ‟ אויף פּויליש, וועט הייסן „אוליצאַ בוזשניצאַ‟, דהיינו „די שיל גאַס‟, אַזוי ווי זי האָט געהייסן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.