אין אַ רשימה א״ט „די 40 ערגסטע אוניווערסיטעטן פֿאַר ייִדישע סטודענטן אין 2016“ האָט דער „אַלגעמיינער זשורנאַל‟ געשטעלט קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט אין דער סאַמע ערשטער ריי. איך האָב ערשט גראַדויִרט פֿון קאָלאָמביע, און קיין בעסערע קאַמפּוס־סבֿיבֿה פֿאַר ייִדישע סטודענטן קען איך זיך נישט אויסמאָלן. בין איך טאַקע געבליבן געפּלעפֿט צו זען אַז ער שטייט בײַם סאַמע אויבנאָן פֿון דער רשימה.
דער „אַלגעמיינער זשורנאַל‟ טענהט, אַז „צווישן די אָן אַ שיעור פֿאַקטאָרן וואָס מע דאַרף נעמען אין באַטראַכט ווען מע שטעלט צונויף אַזאַ רשימה זענען די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אויף יעדן קאַמפּוס; די צאָל אַנטי־ישׂראל־גרופּעס, און אויף ווי ווײַט זיי זענען אַקטיוו; די צאָל ייִדישע סטודענטן, און די צאָל ייִדישע פּראָ־ישׂראל־גרופּעס; צי ס׳איז אויפֿן קאַמפּוס דאָ צו קריגן ייִדישע רעסורסן; צי די באַמיִונגען צו בויקאָטירן ישׂראל זענען מצליח צי נישט; און די עפֿנטלעכע פּאָזיציעס פֿון דער לערערשאַפֿט וואָס שייך ׳בי־די־עס׳ [די באַוועגונג צו בויקאָטירן, דיוועסטירן פֿון, און אַרויפֿלייגן סאַנקציעס אויף ישׂראל]“.
לויט מײַן אייגענעם חשבון, וואָלט איך אין שײַכות מיט קאָלאָמביע געענטפֿערט אַזוי:
1) די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אויפֿן קאַמפּוס: אַזאַ קליינע צאָל אַז ס׳איז נישט אַפֿילו כּדאַי צו דערמאָנען
2) די צאָל אַנטי־ישׂראל־גרופּעס: 2 (נישט קלאָר פֿאַר וואָס דאָס איז בכלל שייך דער אַנטיסעמיטישער טענדענץ פֿון אַ קאַמפּוס)
3) די צאָל ייִדישע סטודענטן: 1,500 ביזגראַדויִר־סטודענטן
4) די צאָל ייִדישע פּראָ־ישׂראל־גרופּעס: צום ווייניקסטן — 4
5) צי ס׳איז אויפֿן קאַמפּוס דאָ וווּ צו קריגן ייִדישע רעסורסן: יאָ
6) צי די באַמיִונגען צו בויקאָטירן ישׂראל זענען מצליח צי נישט: זיי זענען נישט מצליח
7) די עפֿנטלעכע פּאָזיציעס פֿון דער לערערשאַפֿט וואָס שייך „בי־די־עס‟: מער ווי 200 קאָלאָמביע־לערערס און ־אַדמיניסטראַטאָרן האָבן זיך געוואָנדן צו די נאמנים פֿון אוניווערסיטעט זיי זאָלן דווקא נישט דיוועסטירן פֿון ישׂראל.
ווי אַזוי זשע איז דער „אַלגעמיינער זשורנאַל‟ געקומען צון אַזאַ אויספֿיר? לויט זייער אייגענער דערקלערונג האָבן זיי „אינטערוויויִרט אַ סך עקספּערטן, קאַמפּוס־אַקטיוויסטן און סטודענטן, כּדי צו הערן וועגן די איבערלעבונגען פֿון עדות און אַנאַליזן וועגן דעם ענין“. מיר איז בכלל נישט קלאָר וואָס דאָס הייסט צו זײַן אַן עקספּערט אויף דעם פֿעלד, אָבער איך בין יאָ באַקאַנט מיט די ייִדישע סטודענטן־אַקטיוויסטן אין קאָלאָמביע. כ׳האָב זיך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט אַ טייל פֿון זיי כּדי צו הערן ווי זיי האָבן רעאַגירט אויפֿן אַרטיקל אינעם „אַלגעמיינער זשורנאַל‟. אָט זענען עטלעכע פֿון די ענטפֿערס:
דוד קווינטאַס, דער איצטיקער פּרעזידענט פֿון דער סטודענטישער עקזעקוטיווע בײַם הלל, האָט מיר איבערגעגעבן אַזוי:
„נאָך מײַן סאַמע ערשטן קלאַס אינעם ערשטן יאָר בין איך צוגעגאַנגען צו מײַן פּראָפֿעסאָרשע און איר נערוועזערהייט געלאָזט וויסן אַז כ׳וועל דאַרפֿן פֿאַרפֿעלן דרײַ לעקציעס צוליב פֿאַרשידענע יום־טובֿים יענעם זמן. נישט נאָר האָט זי אָנגענומען מײַן נישט קענען בײַזײַן ווי לעגיטים (וואָס דער אוניווערסיטעט פֿאָדערט אַז מע מוז דאָס טאָן), נאָר זי האָט זיך געלייגט אין דער לענג און אין דער ברייט צו רעקאָרדירן יענע לעקציעס סײַ פֿאַר מיר סײַ פֿאַר אַ צווייטן סטודענט וואָס וועט זיי אויך פֿאַרפֿעלן צוליב די יום־טובֿים.‟
„די שבת־וועטשערעס פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, וואָס מיר אין הלל דערלאַנגען הונדערטער סטודענטן יעדע וואָך, און די טענץ און געזאַנג וואָס קומען פֿאָר אויף די טרעפּ פֿון דער ׳לאָו־ביבליאָטעק׳ אום שׂימחת־תּורה זענען סימנים, אַז קאָלאָמביע איז אַ קאַמפּוס, וווּ סטודענטן קענען פֿירן אַן אַקטיוו ייִדיש לעבן,‟ האָט קווינטאַס געזאָגט.
אַלכּסנדר ראַבינאָוויץ, אַ צווייטיאָרלער אין קאָלאָמביע, וואָס כ׳האָב שוין פֿון פֿריִער געוווּסט אַז ער איז אַריבער אין דעם אוניווערסיטעט טאַקע צוליב דעם ברייטן ייִדישן לעבן, האָט מיר געזאָגט:
„כ׳בין אַוועק פֿונעם שיקאַגער אוניווערסיטעט ווײַל כ׳בין נישט געווען צופֿרידן מיטן דוחק פֿונעם ייִדישן לעבן דאָרט. כ׳בין געקומען אין קאָלאָמביע, נישט־געקוקט אויף די סטערעאָטיפּן, אַז דער אוניווערסיטעט איז אַנטי־ישׂראל און אַנטיסעמיטיש. ביז איצט האָב איך קיין איין אינצידענט נישט איבערגעלעבט. און דווקא דער שיקאַגער אוניווערסיטעט, וואָס מע זאָגט אַז ער איז אַ פֿעסטונג פֿון קאָנסערוואַטיזם, האָט דעם פֿרילינג דורכגעפֿירט אַ ׳בי־די־עס׳־רעזאָלוציע. נישט געווען דאָרט קיין שום רעאַקציע פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.
„אין קאָלאָמביע איז אַנדערש,‟ האָט ראַבינאָוויץ ווײַטער געזאָגט. „׳אַריה׳ [די קאָלאָמביער סטודענטן־אַסאָציאַציע פֿאַר ישׂראל] און ׳דזשיי־סטריט׳ [די לינק־געשטימטע פּראָ־ישׂראלדיקע גרופּע] קאָמוניקירן גוטוויליק איינס מיטן אַנדערן. דאַכט זיך, אַז די רעפּאָרטערס פֿונעם ׳אַלגעמיינער זשורנאַל׳ האָבן גערעדט נאָר מיט די פֿון ׳עס־עס־אײַ׳ — אַ גרופּע וואָס האָט, אויף וויפֿל איך ווייס, בלויז דרײַ מיטגלידער וואָס געהערן צום קאָלאָמביע־ציבור.‟
אַבֿיבֿה פּראַצער, אַ געוועזענע פּרעזידענטקע פֿון „אַריה‟, האָט באַשטעטיקט: „כאָטש ס׳איז פֿאַראַן אַ שטאַרקער אַנטי־ישׂראל־סענטימענט אין קאָלאָמביע, פֿאַרמינערט עס נישט דעם פֿאַקט וואָס קאָלאָמביע איז איינער פֿון די שפּרודלדיקסטע און שטאַרקסטע ייִדישע ציבורס וואָס מע קען הײַנט געפֿינען אויף אַן אוניווערסיטעטישן קאַמפּוס.‟
שטעלט זיך די פֿראַגע: מיט וועמען זשע האָט דער „אַלגעמיינער זשורנאַל‟ טאַקע גערעדט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.