(די 2 טע זײַט פֿון 2)
כ׳ווייס ניט אויב מ׳האָט דורכגעפֿירט אַן אַנקעטע, ווער איז דאָס פּובליקום — אַשכּנזישע, אָריענטאַלע אָדער עטניש געמישטע — וואָס האָט נאָכגעפֿאָלגט אָט די סעריע. יעדן פֿאַלס זי האָט אַרײַנגעבראַכט פֿרישע לופֿט אין דער באַציִונג צווישן חרדים און וועלטלעכע. „שטיסל‟, וואָס באַהאַנדלט אַלע לעבנס־אַספּעקטן פֿון דער פֿרומער געזעלשאַפֿט, האָט פֿאַרשטענדלעך קיין שום אויסדרוק פֿון מיסיאָנערישקייט אָדער פֿאַנאַטיזם ניט געהאַט. מ׳ווײַזט דאָרט בעיקר די מענטשלעכע, אוניווערסאַלע געפֿילן פֿון ליבע, קינאה, פֿאַרראַט, פּרנסה־דאגות און קאָנפֿליקטן צווישן אמונה און קונסט.
הגם מ׳קאָן זאָגן, אַז די שטעלונג פֿון די אינטערוויויִרטע רעזשיסאָרן אין דעם „האָרץ‟־אַרטיקל איז אומדירעקט אַן אַנטי־אַשכּנזישע, אָבער איינער פֿון זייערע הויפּט־וואָרטזאָגער, רון כּחלילי, ברענגט אַרויס אַ הויפּט־טענה וואָס איז לחלוטין אַ גערעכטע: די אַשכּנזישע ייִדן אין לאַנד, זאָגט ער, לייקענען אַליין זייער אידענטיטעט און באַצייכענען זיך בלויז ווי ישׂראלים. אויך סאָציאָלאָגן האָבן שוין פֿון לאַנג פֿעסטגעשטעלט, אַז אַזאַ געדאַנקען־גאַנג פֿון עטנישער זעלבסט־לייקענונג איז זייער פֿאַרשפּרייט אינעם באַוווּסטזײַן פֿון דער ישׂראלדיקער אַשכּנזישער באַפֿעלקערונג. פּערזענלעך האָב איך לעצטנס אַליין געהערט סימנים פֿון אַזאַ קאָמפּלעקס. אַ באַקאַנטער אייגנטימער פֿון איינער פֿון די אָנגעזעענסטע פֿירמעס פֿון פֿילם־פּראָדוקציע פֿאַר טעלעוויזיע, סײַ אין לאַנד סײַ אין אויסלאַנד, שרײַבט צו מיר בזה הלשון:
„מײַנע עלטערן שטאַמען פֿון בערלין און זייערע עלטערן זענען פּוילישע ייִדן געווען. בין איך אַן אַשכּנזישער לויט יעטוועדן פּאַראַמעטער. נאָר איך האָב פֿײַנט די קלאַסיפֿיקאַציע לויטן מזרחדיקן אָדער אַשכּנזישן אָפּשטאַם. דער באַנוץ פֿון עטנישער אָנגעהעריקייט איז אַן איבעריקער און עס שטערט מיך. לויט מײַן פֿאַרשטאַנד דאַרף אַ מענטש געמאָסטן ווערן לויט זײַן כאַראַקטער און זײַנע ווערטן. די בעסטע רעאַקציע וואָס כ׳לייג פֿאָר קעגן ראַסיסטישע אויסדרוקן איז עס אין גאַנצן איגנאָרירן און אויסמײַדן וויכּוחים, וועלכע וועקן אויף נאָך שטאַרקערע עמאָציעס אויף דער באַזע פֿון קולטורעלער עטנישקייט.‟
דער אימאַזש פֿון די אַשכּנזים איז אַ שטאַרק סטערעאָטיפּישער: קאַלטע טיפּן, אָן סענטימענטן, ניט געזעלשאַפֿטלעך, האַלטן זיך גרויס, אָן קיין חוש פֿאַר הומאָר און קולינאַריש אָרעם און נעבעכדיק. אַשכּנזים קאָנען ניט אויסדריקן קיין פֿרייד. כּדי צו באַלאַנסירן אַ ביסל אָט דאָס פֿאַרקריפּלטע בילד, געשעט אויך, אַז ווער עס גייט שאַפֿן אַ רעקלאַמע־פֿילם זוכט דווקא אַשכּנזישע טיפּן, וועלכע זענען פֿיזיש שיין און ניט „צו ברוין‟… בקיצור, אין דעם רעקלאַמע־געביט הערט מען אָפֿט דיסקרימינאַציע־אויסדרוקן, אַ מאָל קעגן אַשכּנזים און אַ מאָל קעגן מזרח־ייִדן. דאָס אַלגעמיינע בילד איז אַ גאָר סתּירותדיקער, אָבער ס’איז קלאָר אַז דער אימאַזש אין דער מעדיאַ פֿון אַשכּנזישע מענער און פֿרויען, ווערט יעדעס מאָל מער פֿאַרמיאוסט, פֿאַרקריפּלט און אָפּשטויסנדיק.
ווער עס זאָרגט זיך ערנסט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און קולטור מוז זיך אַרײַנטראַכטן אין אָט די פּראָבלעמען, וועלכע שטייען אין אויבנאָן פֿון געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין ישׂראל. מ’מוז אויך אָננעמען קלאָרע שטעלונגען וואָס זאָלן ביסלעכווײַז פֿאַרבעסערן די לאַגע. דער אימאַזש פֿון מדינת־ישׂראל קאָן ניט זײַן פּאָזיטיוו, אויב דער אימאַזש פֿון אירע בירגער אין דער מעדיאַ ווערט כּסדר פֿאַרמיאוסט. ייִדן אין אַמעריקע און אומעטום מוזן זײַן אינפֿאָרמירט און עפֿנטלעך אַרויסזאָגן זייער אייגענע מיינונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.