אין דעם ענין צי אָרטאָדאָקסישע ייִדישקייט האָט אַ לײַטישע באַציִונג צו פֿרויען וויל איך זיך נישט אַרײַנלאָזן, אָבער ס׳איז קלאָר, אַז אין ייִדישע פֿאָלקסלידער שפּילן מענער און ווײַבער צום גרעסטן טייל, אויב נישט אין גאַנצן, אַ טראַדיציאָנעלע ראָלע: דער מאַנסביל שפּילט די ערשטע פֿידל.
דאָס הייסט, אָבער, לאַוו־דווקא, אַז מענער זענען מבֿטל פֿרויען, נאָר אַז די באַציִונג, אָדער די געפֿילן, זענען זיכער געמישטע. אָט איז דאָ טבֿיה דער מילכיקער (יאָ, ווידער טבֿיה…). אַוודאי האָט טבֿיה שטאַרק ליב זײַן ווײַב און טעכטער, און ער ווײַזט עס זיי אַרויס. נאָר טאָמער קומט צון עפּעס, זידלט ער — נישט אַזוי זיי, נאָר ווײַבער בכּלל. פֿאַררעדט זיך גאָלדע, דערלאַנגט ער איר מיטן ווערטל „שיבֿעה דבֿרים בגולם [אַ גולם האָט זיבן ווערטער] — אַ ייִדענע האָט נײַן מאָס רייד“. (אַגבֿ, ווער זשע, מיינט איר, סײַ אינעם ראָמאַן סײַ אין דער פּיעסע, האָט די אמתע נײַן מאָס רייד? טבֿיה, פֿאַרשטייט זיך. אָט פֿאַר וואָס מע דאַַרף אויף זיך אַליין זײַן אַ מבֿין…)
אין איין סצענע חלשט חוה, גייען טבֿיה מיט גאָלדען און מיט צייטלען אַלע אַרײַן אין אַ פּאַניק, אַז מע דאַרף חוהן ראַטעווען. אָבער ווי נאָר זי קומט צו זיך, זידלט טבֿיה די ווײַבער פֿאַר וואָס זיי זענען אַרײַן אין אַ פּאַניק און דערלאַנגט זיי אָט ווי אַזוי: „ניט אומזיסט האָט אײַך שלמה המלך אַזוי ניט ליב געהאַט!“ הײַנט וואָלט מען דען אַזוי געשריבן?
כאָטש אין איין פּרט אָבער האָבן פֿרויען יאָ גוט אָפּגעשניטן: אין די פֿאַמיליעס (משפּחה־נעמען). אמת, ס׳רובֿ ייִדישע משפּחה־נעמען זענען דײַטשישע און האָבן מיט פֿרויען נישט קיין שײַכות: אַזאַ נאָמען ווי „ראָזענפֿעלד“ הייבט זיך אָן מיט „ראָזען“, נישט „רויזן“, און די דײַטשמערישע „בירנבוים“ איז אַ סך מער באַקאַנט ווי דער ייִדישער „באַרנבוים“. דער שרײַבער פֿון די שורות ווייסט נאָר פֿון איין דניאל באַרנבוים, און שוין.
אויך סלאַוויש־שטאַמיקע פֿֿאַמיליעס שטימען גיכער מיט דער לאַנדשפּראַך: „אַבראַמאָוויטש“ ניצט דעם נאָמען „אַבראַם“, נישט „אַבֿרהם“; „דאַווידאָוויטש“ ניצט „דאַוויד“, נישט „דוד“ אאַז״וו.
פֿאַראַן, אָבער, יאָ אמתדיק ייִדישע פֿאַמיליעס, וואָס וואַקסן דווקא פֿון פֿרויען־נעמען. אָט איז דאָ אַ ייִד וואָס מע האָט אים נאָמינירט צו ווערן דער נײַער פֿינאַנץ־מיניסטער (צי: אוצר־סעקרעטאַר) אונדזערער, וואָס ער הייסט Steve Mnuchin, וואָס זײַן פֿאַמיליע האָב איך שוין געהערט אַרויסרעדן אויף קאַטאָוועס munchkin, ד״ה אַן ערך: קאַרליק.
אין דער אמתן איז דער נאָמען גאָר „מנוחין“, פֿונעם פֿרויען־נאָמען „מנוחה“ מיטן צוגאָב „־ין“. אַזוי האָט אויך געהייסן, כאָטש געשריבן האָט ער אַנדערש, דער באַרימטער פֿידלער יהודי מנוחין (Yehudi Menuhin). פֿאַראַן אַ לאַנגער צעטל אַזוינע פֿאַמיליעס אויפֿן יסוד פֿון פֿרויען־נעמען: כאַנין, חײַקין, סאָרקין/סערקין, דוואָרקין, ביילין, ברײַנין, ריווקין/ריוולין, לייקין.
אַ שאָד נאָר וואָס אויף ענגליש (מסתּמא אויף אַנדערע לשונות אויך) רעדט מען נישט ריכטיק אַרויס די נעמען, ווערט פֿון „כאַנין“ גאָר „טשענין“, פֿון „חײַקין“ — „טשייקין“, פֿון „מנוחין“ — „מענוטשין“. נו, דאָס איז דער גורל פֿון אימיגראַנטישע פֿאַמיליעס בכּלל און ייִדישע בפֿרט.
פֿאַראַן נאָך אַ סעריע „ווײַבערשע“ פֿאַמיליעס, אויף ־ס: כאַנעס, כײַעס/חיות, בייליס, ריוועס, טויבעס, יאַכנעס אאַז״וו. דער באַרימטער קרבן פֿונעם רוסישן בלוט־בילבול פֿון 1911 האָט דאָך געהייסן מענדל בייליס.
וועגן דעם ענין באַציִונגען צווישן די מינים וואָלט מען דאָך געקענט שרײַבן גאָר־גאָר באַריכות, אָבער נישט אין קיין רובריק וועגן שפּראַך. דאָס לאָז איך בעסער איבער פֿאַר די סאָציאָלאָגן מיט די היסטאָריקערס. אָבער זאָל מען כאָטש וויסן, אַז וווּ ס׳איז דאָ אַ ייִד מיט אַ ייִדישער פֿאַמיליע — נישט קיין דײַטשישע, פּוילישע, רוסישע אאַז״וו — שעפּט ער אים בדרך־כּלל נישט פֿונעם זיידן, נאָר פֿון דער באָבע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.