אַן אינטערעסאַנטע מאַפּע אויף „קוועלער‟, אַ וועבזײַט פֿאַר ייִדישע עלטערן, גיט איבער וועלכער ביבלישער נאָמען פֿאַר ייִנגלעך איז געווען דער פּאָפּולערסטער אין יעדן אַמעריקאַנער שטאָט.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָבן מער אַמעריקאַנער אַ נאָמען געגעבן זייערע קינדער נח אין 2015 ווי אַלע אַנדערע ביבלישע נעמען. אין 31 פֿון די 50 אַמעריקאַנער שטאַטן איז דער נאָמען נח געווען דער פֿאַרשפּרייטסטער.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די מאַפּע אויף „קוועלער‟ הייסט „דער סאַמע פּאָפּולערסטער ייִדישער נאָמען אין יעדן שטאַט‟, גייט די רייד ניט דווקא וועגן ייִדישע נעמען אָדער די נעמען פֿון ייִדישע קינדער, נאָר די פּאָפּולערסטע ענגלישע נעמען פֿון די ביבלישע העלדן בײַ דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג.
אַזוי אַרום קען מען זען אַ פּאָר טשיקאַווע רעגיאָנעלע אונטערשיידן. אין יענע שטאַטן, וווּ עס געפֿינט זיך אַ גרויסע מאָרמאָנישע באַפֿעלקערונג, איז Benjamin [בנימין] געווען דער פּאָפּולערסטער נאָמען. פֿאַר וואָס? די מאָרמאָנער גלייבן, אַז אין אַמעריקע האָט אַ מאָל עקזיסטירט אַ ייִדישער קעניגרײַך מיטן נאָמען „זאַראַהעמיע‟, וווּ דער מלך האָט געהייסן בנימין. דער דאָזיקער בנימין האָט אָבער ניט קיין שײַכות צום קריסטלעכן ביבל, שוין אָפּגערעדט פֿון דער ייִדישער תּורה, און ווערט באַשריבן בלויז אינעם „בוך פֿון מאָרמאָן‟.
זייער אַנדערש איז דער מצבֿ אין ניו־יאָרק — דער איינציקער שטאָט, וווּ Jacob [יעקבֿ] איז דער פּאָפּולערסטער נאָמען. יעקבֿ איז אַ נאָמען, וואָס איז אין אַמעריקע בפֿירוש פּאָפּולער בײַ ייִדן אָבער ניט אַזוי ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן די קריסטן. דערפֿאַר איז ניט קיין חידוש, וואָס Jacob איז דער פּאָפּולערסטער ביבלישער נאָמען אינעם שטאַט מיט דער גרעסטער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
נאָך אַ נאָמען וואָס איז פּאָפּולער אין אַ געוויסן ראַיאָן איז Elijah (אליהו). אין ריזיקע טיילן פֿון די דרומדיקע־ און מיטל־מערבֿדיקע שטאַטן איז דאָס געווען דער סאַמע פֿאַרשפּרייטסטער ביבלישער נאָמען. פֿאַר וואָס דווקא אליהו? יענער טייל פֿונעם לאַנד איז דאָס האַרץ פֿונעם באַפּטיסטישן ייִשובֿ אין אַמעריקע, און אליהו איז אַ פּאָפּולערער נאָמען בײַ די באַפּטיסטן, ווײַל יעזוס זאָגט אינעם קריסטלעכן ביבל, אַז „יוחנן דער טויפֿער‟ איז אַ מין הײַנטצײַטיקער גילגול פֿון אליהו הנבֿיא, דאָס הייסט, אַ פֿאָרגייער פֿון משיחן.
ווי מע קען זען פֿון די בײַשפּילן פֿון בנימין און אליהו, האָט די פּאָפּולעריטעט פֿון אַ געוויסן ביבלישן נאָמען אַ סך מער צו טאָן מיט די אינערלעכע שפּאַלטונגען און קולטורעלע אונטערשיידן בײַ די קריסטן ווי עס האָט אַ שײַכות צו די ייִדן. עס וואָלט טאַקע געווען אינטערעסאַנט אויסצופֿאָרשן די פֿאַרשפּרייטסטע תּנכישע נעמען פֿון הײַנטיקע נײַ־געבוירענע ייִדישע ייִנגלעך (Jacob, Yaakov, Yankev, Yankl), אָבער אויף דעם וועלן מיר דאַרפֿן נאָך צוּוואַרטן.
אָט איז די רשימה פֿון די אַכט פּאָפּולערסטע ביבלישע נעמען פֿאַר אַמעריקאַנער ייִנגלעך אין 2015:
1) נח
2) בנימין
3) לוי
4) איתן
5) אליהו
6) יעקבֿ
7) שמואל
8) מיכאל
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.