ס׳איז לעצטנס אַוועק אין דער אייביקייט מאַלגאָזשאַטאַ שורמיעי, שמעון שורמיעיס טאָכטער. שמעון שורמיעי, עליו השלום, איז געווען במשך פֿון לאַנגע יאָרן אַן אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער.
מענטשן וואָס קענען נישט די טעאַטער־וועלט ווייסן נישט וואָסערע וואַזשנע ראָלע שפּילן די רעזשי־אַסיסטענטן אין דער סצענישער שאַפֿונג. מאַלגאָשיא שורמיעי איז געווען איינע פון די בעסטע אויף דעם געביט. אירס אַן עצה איז געווען מיט גאָלד גלײַך. רעזשיסאָרן האָבן זי געשעצט און געליבט. זי איז אויך געווען באַליבט צוליב איר פֿריינדלעכן כאַראַקטער, איר חוש פֿאַר הומאָר, און איר חבֿרישער באַציִוּנג צו קאָלעגן און פֿרײַנד.
מאַלגאָשיאַ איז געווען די גרושה פֿונעם פּוילישן־ייִדישן רעזשיסאָר קשישטאָף קראַוזע. ער איז אויך דער טאַטע פון איר חנעוודיקער, קלוגער טאָכטער, שׂרה קראַוזע. שרה קראַוזע איז געקומען פון ווין וווּ זי איז אַ סטודענטקע פֿון אַרכיטעקטור, כּדי בײַצוזײַן אויף דער לוויה פֿון איר מאַמען.
די לוויה איז געווען אן עקומענישע; דאָס הייסט, אַז געפּראַוועט די רעליגיעזע צערעמאָניע האָבן אַ רבֿ אין איינעם מיט אַ גלח. הרבֿ סטאַס ווויטשעכאָוויטש פֿון דער קהילה ”עץ חיים” אין וואַרשע האָט געזאָגט אַן ”אל מלא רחמים”.
די ייִדישע וויקיפּעדיע האָט אַ שטיקל טענה צו לודוויק זאַמענהאָפֿן. זי באַשרײַבט אים בזה הלשון:
„אליעזר לוי זאמענהאָף, אַ פּוילישער ייִד, איז געבוירן געװאָרן אין ביאַליסטאָק דעם 15טן דעצעמבער 1859. זאַמענהאָף איז געווען אַן אויגן־דאָקטער אין וואַרשע, אָבער ער איז באַקאַנט װי דער גרינדער פֿון דער עספּעראַנטאָ־שפּראַך. זײַן מאַמע־לשון איז געווען רוסיש און ייִדיש. ער האָט געשריבן איינע פֿון די ערשטע ייִדישע גראַמאַטישע פֿאָרשונגען אין דער געשיכטע. ער האָט פֿאָרגעלייגט צו שרײַבן ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות. ער האָט אָבער אויך געשריבן אַז ייִדיש איז אַ צײַטווײַליקער און אָרטיקער דיאַלעקט וואָס האָט נישט קיין שייכות צום ייִדישן פֿאָלק.״
הייסט עס, אַז זאַמענהאָף איז געווען, גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֹאַר די רייד, אַ שטיקל אַסימילאַנט. זײַן פֿילאָסאָפֿיע איז געווען ענלעך צו די השׂגות פֿון די משׂכּילים וואָס האָבן געגלייבט אַז ווי באַלד ייִדן וועלן אויפֿהערן צו רעדן ייִדיש און אָנהייבן צו רעדן אַ ”נאָרמאַלע” שפּראַך, וועט מען זיי אַקצעפּטירן און ווער ווייסט, אַפֿילו ליב האָבן.
די דאָזיקע לינגוויסטישע לייזונג פֿאַר דער ייִדן-נויט האָט נישט געהאַט קיין דערפֿאָלג וואָס שייך זײַן אייגענער משפּחה. אַלע זיינע דרײַ קינדער זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין די אומברענג־לאַגערן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, הגם זיי זענען געווען הייסע עספּעראַנטיסטן און האָבן אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו רעדן ייִדיש. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
הײַ-יאָר מערקן מיר אָפּ דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿון זאַמענהאָפֿס פּטירה. זאַמענהאָף איז געשטאָרבן דעם 14טן אַפּריל 1917.
זײַט וויסן אַז ווען זאַמענהאָף האָט געװױנט אין ביאַליסטאָק, איז די שטאָטישע באַפֿעלקערונג געווען צוויי־דריטל ייִדן.
אין ביאַליסטאָק געפֿינט זיך, ווי אין אַ סך אַנדערע שטעט איבער דער וועלט, אַן עספּעראַנטאָ־געזעלשאַפֿט. די ביאַליסטאָקער פּוילישע עספעראַנטיסטן ווילן דווקא נישט פֿאַרגעסן אין די ייִדישע וואָרצלען פונעם ייִדישן אינטערנאַציאָנאַליסט, לודוויק זאַמנעהאָף. זיי אָרגאַניזירן, למשל, אַן אָוונט געווידמעט די ייִדישע מאכלים פון קלאַרע זאמענהאָף. ”אין דער קיך פון קלאַרע זאַמענהאָף” וועט הייסן אָט דער אָוונט. אויב איר וועט קומען קיין ביאַליסטאָק קומענדיקן אַפּריל, וועט איר אויך קענען גיין שפּאַצירן מיט די אָרטיקע עספּעראַנטיסטן דאָרט װוּ לודוויק זאַמענהאָף פֿלעגט גיין שפּאַצירן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.