זונטיק, דעם 8טן יאַנואַר, זענען העכער 80 מענטשן צוזאַמענגעקומען אויף אַ סיום־הספֿר אין וואַשינגטאָן לכּבֿוד דער פּובליקאַציע פֿון אַ זאַמלונג דערציילונגען פֿון דער אייגנאַטריקער ייִדישער שרײַבערין בלומע לעמפּעל, איבערגעזעצט אויף ענגליש. די פּראָגראַם איז פֿאָרגעקומען בײַם באַרימטן ביכער־קראָם Politics ,and Prose (די פּאָליטיק און די פּראָזע), וווּ פּרעזידענט אָבאַמאַ און אַנדערע חשובֿע פּאָליטישע פֿיגורן גייען אײַנקויפֿן.
די איבערזעצער פֿונעם בוך „עדיפּוס אין ברוקלין און אַנדערע דערציילונגען‟ — עלען קאַסעדי און ירמיהו־אַהרן טאַוב — האָבן גערעדט וועגן זייער אַרבעט במשך פֿון איבער 10 יאָר בײַם איבערזעצן די קאָמפּליצירטע ווערק פֿון בלומע לעמפּעל אויף ענגליש. לעמפּעל, וואָס האָט געשריבן אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז געווען גוט באַקאַנט די לייענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אָבער איז כּמעט אין גאַנצן אומבאַקאַנט דעם ברייטערן עולם. כאָטש זי האָט געקראָגן אַ ריי ליטעראַרישע פּרעמיעס און האָט זיך יאָרן־לאַנג איבערגעשריבן מיט וויכטיקע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן ווי אַבֿרהם סוצקעווער, יאָני פֿײַן, חיים גראַדע, מלכּה חפֿץ־טוזמאַן און חוה ראָזענפֿאַרב, האָבן אירע שכנים אין לאָנג־אײַלענד איר בלויז געקענט ווי די פּשוטע בעל־הביתטע „בלענטש‟. אירע ליטעראַרישע ווערק האָט זי אַפֿילו ניט געטיילט מיט די אייגענע קינדער.
לעמפּעלס דערציילונגען האָט מען אָפֿט געדרוקט אין „די גאָלדענע קייט‟ און אַנדערע ליטעראַרישע זשורנאַלן און מע האָט אַ סך פֿון זיי געזאַמלט במשך פֿון איר לעבן, אין די ביכער „אַ רגע פֿון אמת‟ און „באַלאַדע פֿון אַ חלום‟. איר ראָמאַן וועגן דער פֿאַרמלחמהדיקער פּאַריז „צווישן צוויי וועלטן‟ איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין 1954 אויף ענגליש ווי Storm over Paris (אַ שטורעם איבער פּאַריז). מע האָט, אָבער, ביז דער פּובליקאַציע פֿונעם איצטיקן בוך בלויז פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּאָר פֿון אירע דערציילונגען אויף ענגליש. דאָס דאָזיקע באַנד איז די ערשטע געלעגנהייט פֿאַר דער ענגליש־רעדנדיקער לייענערשאַפֿט זיך צו באַקענען מיט דער פֿאַרכאַפּנדיקער מאָדערניסטישער שרײַבערין, וועמענס מעשׂיות האָבן אָפֿט געשילדערט טעמעס פֿאַרבונדן סײַ מיטן טאָגטעגלעכן לעבן, סײַ מיט דער עראָטיק און פֿאַרשידענע טאַבוען.
די פּראָגראַם בײַ Politics and Prose האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ פֿאָרלייענונג אויף מאַמע־לשון דורך ירמיהו־אַהרן טאַוב, — מסתּמא דאָס ערשטע מאָל וואָס ס׳רובֿ מענטשן פֿונעם עולם האָבן אַ מאָל געהערט מער ווי אַ פּאָר ייִדישע ווערטער מיט אַ מאָל. דערנאָך האָבן קאַסעדי און טאַוב גערעדט אויף ענגליש וועגן זייער צוזאַמענאַרבעט. זיי האָבן דערקלערט ווי קאַסעדיס חוש פֿאַר די נואַנסן פֿון ענגליש און די שוועריקייטן בײַם איבערזעצן האָבן גוט געשטימט מיט טאַובס הינטערגרונט ווי איינער וואָס איז אויפֿגעוואַקסן רעדנדיק דרײַ שפּראַכן (ייִדיש, העברעיִש און ענגליש) און וואָס שרײַבט פּאָעזיע אויף ייִדיש און ענגליש. כאָטש דער פּראָצעס איז ניט שטענדיק געגאַנגען גלאַטיק, איז דער רעזולטאַט געווען אַזאַ געראָטענער, אַז זייער מאַנוסקריפּט האָט געוווּנען אַן איבערזעצונג־פּרעמיע פֿונעם „ייִדישן־ביכער צענטער‟ אין 2012.
קאַסעדי און טאַוב האָבן דערקלערט דעם עולם, אַז לעמפּעלס דערציילונגען זענען געווען ספּעציעל שווער איבערצוזעצן ווײַל אָפֿט מאָל בײַט זיך פּלוצלינג די סצענע פֿונעם טאָגטעגלעכן לעבן אין מיאַמי, ניו־יאָרק אָדער פּוילן, אין אַ סוררעאַליסטישן אָרט, וווּ אַלצדינג איז מעגלעך. לעמפּעל האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון אָנשליסן זיך אין די רייען פֿון אַ ליטעראַרישער באַוועגונג אָדער גרופּע. קאַסעדי האָט דערקלערט, אַז די דיסאָריענטירונג און איבערקערענישן וואָס לעמפּעל האָט אַליין איבערגעלעבט בעת איר קינדהייט אין פּוילן, אירע יאָרן אין פּאַריז און איר עמיגראַציע קיין אַמעריקע אין 1939 האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף איר ליטעראַרישן צוגאַנג. די איבערזעצער האָבן געשילדערט לעמפּעלס אייגנאַרטיקן סטיל דורכן פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿון אירע ווערק וואָס האָבן אונטערגעשטראָכן איר אייגנאַרטיקן שפּראַך־באַנוץ.
נאָך דער פֿאָרלייענונג האָבן די וואַשינגטאָנער ייִדישיסטן, חבֿרים פֿון די איבערזעצער און זייערע מיטפֿאַרלעגער מעריל לעפֿלער („דריאַד פּרעס‟) און ד׳׳ר ראָבערט מאַנדל („מאַנדל־ווילאַר פּרעס‟) גענאָסן פֿון אַ קבלת־פּנים אין דער היים פֿון ישׂראל פֿעלדמאַן און נאַטאַלי וועקסלער. ביידע פֿאַרלעגער אַרבעטן שוין לאַנג צו ברענגען מחברים וואָס שרײַבן אין שפּראַכן אַחוץ ענגליש צום אויפֿמערק פֿונעם אַמעריקאַנער לייענער און ביידע זענען בפֿירוש פֿאַראינטערעסירט אין דער ליטעראַטור בײַ ייִדן. זיי האָבן גערעדט וועגן דער וויכטיקייט פֿון דער דאָזיקער אַרבעט, באַמערקנדיק, אַז בלויז אַ קליינע פּראָפּאָרץ פֿון די ליטעראַרישע ווערק וועלכע מע גיט אַרויס אין אַמעריקע זענען איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן, ניט געקוקט אויף דער רײַכקייט פֿון דער אַלוועלטלעכער ליטעראַטור.
אין אַזאַ קאַלטן ווינטערטאָג ווען די פּאָליטישע געשעענישן אין וואַשינגטאָן האָבן געדריקט אויף אַ סך מענטשן איז עס געווען אַ בפֿירושע הנאה צו פֿאַרברענגען אַ נאָכמיטאָג פֿײַערנדיק דאָס דערשינען פֿון אַ וויכטיקער נײַער איבערזעצונג פֿון די ווערק פֿון אַן אוניקאַלער ייִדישער שרײַבערין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.