די זומער־חדשים האָבן זיך שוין אָנגעהויבן אין אַרגענטינע, און די אינסטיטוציעס גרייטן צו פּאַסיקע פּראָגראַמען אויף דער פֿרײַער לופֿט.
פֿרײַטיק דעם 6טן יאַנואַר האָט די קהילה „עמיחי” אָרגאַניזירט איר ערשטן קבלת־שבת אויף דער פּלאַזשע פֿון „פּונטאַ דעל עסטע” אין אורוגװײַ, אַן עקסקלוסיװן װעלט־באַרימטן קוראָרט. מיט די תּפֿילות האָט אָנגעפֿירט דער ראַבינער אַלעכאַנדראָ אַװרוך און אַ פּאָר טויזנט מתפּללים האָבן מיטגעזונגען. בײַם סוף האָבן די מוזיקערס געשפּילט אויך ייִדישע לידער און מיט דער קלעזמער־מוזיק האָט דער עולם געטאַנצט אויף דער פּלאַזשע ביז שפּעט. מע וועט איבערחזרן די אונטערנעמונג אין אַ פּאָר װאָכן אַרום.
דער ירושלימער אוניװערסיטעט האָט מאָנטיק דעם 9טן יאַנואַר אָרגאַניזירט אינעם „גראַנד־האָטעל” פֿון פּונטאַ דעל עסטע אַ קאָנפֿערענץ מיט דער באַטייליקונג פֿון געװעזענעם רעקטאָר פּראָפֿ′ חיים ראַבינאָװיטאַ און פּראָפֿ′ שלמה חסון, פֿון סטראַטעגישן צענטער פֿון דעם אוניװערסיטעט. די קאָנפֿערענץ אויף ענגליש מיט באַלדיקער איבערזעצונג האָט אַנאַליזירט די פּאָליטישע קאָניונקטור אין מיטעלן מזרח, און די אידעאָלאָגישע שטרײַטן אין 21סטן יאָרהונדערט.
די קהילה האָט פּלאַנירט ספּעציעלע אַקטיװיטעטן פֿאַר די קינדער. יעדן מיטװאָך פּרעזענטירט מען דעם ציקל „ספּעקטאַקלען מיט אַ פּאַראַסאָל” און מיטװאָך דעם 4טן יאַנואַר האָבן די פּאַיאַצן טיטאָ און קאָלאָסאָ געשפּילט „מורא געמיש” און די קינדער האָבן גענאָסן פֿונעם הומאָר פֿון סיטואַציעס װאָס רופֿן אַרויס אַ שוידער. דער ציקל „קול ששון” פּרעזענטירט טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען מיט אַ ייִדישן אינהאַלט. מאָנטיק, דעם 8טן יאַנואַר איז „אַבֿרהם אבֿינו און זײַנע 10 נסיונות” געװען די טעמע װאָס האָט פֿאַרכאַפּט דעם יונגן עולם. אַלץ איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל און אַ סך ניט־ייִדישע קינדער פֿון דער געגנט געניסן אויך דערפֿון. פֿאַר דערװאַקסענע האָט זיך מאָנטיק, דעם 2טן יאַנואַר אָנגעהויבן אַ ראַדיאָ־װאַרשטאַט א′נ „קול ישׂראל” און דאָנערשטיק האָט זיך אָנגעהויבן אַ װאַרשטאַט פֿון דעם דראַמקרײַז אויף טעקסטן פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך”. די גרופּע „דזשעסידים” האָט דאָנערשטיק, דעם 5טן געגעבן אַ פּרעכטיקן קאָנצערט פֿון מאָדערנער חסידישער מוזיק.
„טעמעס פֿון אונדזער אַמעריקע” איז אַ װיסנשאַפֿטלעכער זשורנאַל אַרויסגעגעבן פֿון דער נאַציאָנאַלער אוניװערסיטעט אין קאָסטאַ ריקאַ װאָס פּובליקירט אַרבעטן פֿון סטודענטן, דאָקטאָראַנטן און פֿאָרשערס װאָס מאַכן דורך אַ שטרענגע סעלעקציע. דער זשורנאַל איז געװידמעט לאַטײַן־אַמעריקאַנער שטודיעס און דער לעצטער נומער פֿון דעצעמבער 2016 איז אָפּגעגעבן דער ווירקונג פֿונעם חורבן אויף די ייִדישע אימיגראַנטן אין אַרגענטינע.
די אַרבעט פֿון מאַלענאַ טשינסקי און עמנואל קאַהאַן דערקלערט װי אַזוי דער חורבן האָט געװירקט אין אַרגענטינע אויף די טויזנטער משפּחות פֿון ייִדישע אימיגראַנטן װאָס האָבן פֿאַרלוירן זייערע קרובֿים. פּובליקאַציעס אין די ייִדישע צײַטונגען, זוכענישן און ייִדישע אינסטיטוציעס װאָס האָבן זיך אָפּגעגעבן יאָרן־לאַנג צו געפֿינען לעבנס־געבליבענע װערן אָפּגעשפּיגלט אין די 20 זײַטן פֿון דער אַרבעט װאָס איז אַ װיכטיקער בײַטראָג צו דער טעמע. מאַלענאַ קען אַ פּרעכטיקן ייִדיש, האָט זיך געלערנט אין אַרגענטינער ייִװאָ און האָט איבערגעלייענט אָן אַ שיעור מאַטעריאַלן אויף ייִדיש פֿאַר איר אַרבעט.
„מקבתּ” (האַמער) איז אַ פּובליקאַציע אויף שפּאַניש װעגן דער העברעיִשער ליטעראַטור און דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קולטור. דעם נײַסטן נומער פֿון אָנהייב יאַנואַר 2017 האָט מען געװידמעט די אַכט ייִדן װאָס האָבן, לויט דער מיינונג פֿון דער רעדאַקציע, צום מערסטן באַאײַנפֿלוסט ייִדישקייט און די ייִדישע געשיכטע. איינער פֿון זיי איז יצחק באַשעװיס זינגער װאָס האָט אין זײַנע װערק אָפּגעשפּיגלט אַ װיכטיקן קאַפּיטל אין דער קולטור־געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק. די אַנדערע אויסגעקליבענע זײַנען געװען ברוך שפּינאָזאַ; דער ישׂראלדיקער הומאָריסט ליאור שלײַן; דער קעניג יאשיהו, װאָס האָט אײַנגעפֿירט רעפֿאָרמען אין די צײַטן פֿון ירמיהו הנבֿיא; די ערשטע ראַבינערקע — רעגינאַ יאָנאַס, און דער פֿאַרצײַטיקער היסטאָריקער — יאָסעפֿוס פֿלאַװיוס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.