טרויער פֿאַר דער פּטירה פֿון אַ געליבטער שפּראַך

Grieving For the Disappearance of a Beloved Language


פֿון מירע־רבֿקה קאַן

Published January 12, 2017, issue of January 27, 2017.

איידער איך בין געפֿאָרן קיין גריכנלאַנד אױף אַ פּאָליגלאָט-קאָנפֿערענץ, האָט איינער אַ גרעק, נישט קיין ייִד, געשריבן אױף פֿײסבוק: „צי קומען ייִדישיסטן אױף דער קאָנפֿערענץ?‟ באַלד ווי איך בין אָנגעקומען אַהין, האָב איך אים אױסגעזוכט און געפֿרעגט, אױף מאַמע־לשון, װי אַזױ איז אַ גױ אין גריכנלאַנד געקומען צו ייִדיש?

מיכאַליס גיאַנטיס, דער ייִדיש־רעדנדיקער גרעק, האָט מיר דערציילט די געשיכטע. סאַלאָניקי, וווּ די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען, איז אַ שטאָט מיט אַ רײַכער ייִדישער געשיכטע, נאָר אַ ספֿרדישער. מיט 500 יאָר צוריק, נאָכן גירוש־שפּאַניע, האָבן ייִדן באַטראָפֿן מער װי אַ העלפֿט פֿון דער סאַלאָניקי־באַפֿעלקערונג. צום באַדױערן זײַנען הײַנט אין דער שטאָט, װי אין אַ סך ערטער אין אייראָפּע, געבליבן זייער װייניק ייִדן. אָבער ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, זענען געציילטע גרעקן הײַנט אַליין פֿאַראינטערעסירט אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

מיכאַליס גיאַנטיס׳ פֿאַרשטאָרבענע מאַמע (רעכטס), באָבע און פֿעטער — צווישן די לעצטע נאַטירלעכע רעדערס פֿון דער מאַקעדאָניש־סלאַווישער שפּראַך; בערך 1964 און לינקס: מיכאַליס׳ זיידעס ברודער, קריסטאָס, 93 יאָר אַלט
מיכאַליס גיאַנטיס׳ פֿאַרשטאָרבענע מאַמע (רעכטס), באָבע און פֿעטער — צווישן די לעצטע נאַטירלעכע רעדערס פֿון דער מאַקעדאָניש־סלאַווישער שפּראַך; בערך 1964 און לינקס: מיכאַליס׳ זיידעס ברודער, קריסטאָס, 93 יאָר אַלט

דער ערשטער װאָס האָט דערװעקט מיכאַליס׳ אינטערעס צו דער ייִדישער געשיכטע איז געװען דער שרײַבער פּרימאָ לוי. „ס׳איז מיר געװען אַ גרױסער שאָק צו לייענען װעגן דעם ייִדישן חורבן, פֿון אַ שרײַבער װאָס איז אַן עדות געװען דערצו.‟ נאָך דעם האָט מיכאַליס געװאָלט לייענען אַלץ װעגן אַנטיסעמיטיזם, כּדי אים בעסער צו פֿאַרשטײן. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט ער זיך פֿאַרשריבן אין אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים אין לאָנדאָן, וווּ ער האָט געשריבן זײַן טעזע װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין סאַלאָניקי.

צו ערשט האָט ער זיך געלערנט העברעיִש; שפּעטער האָט אָבער ייִדיש געפֿונען אַ באַזונדערן חן אין זײַנע אױגן. ס׳איז אים געװען היימיש, און נישט נאָר װײַל ער האָט געפּרוּװט פֿריִער צו לערנען דײַטש. ייִדיש איז אים אַ סך מער געפֿעלן געוואָרן. די סלאַװישע װערטער אין ייִדיש זײַנען אים געװען באַקאַנט. אָבער פֿאַר װאָס? גרעקיש איז דאָך נישט קיין סלאַװישע שפּראַך.

אַ מאַפּע פֿון די מינאָריטעט־שפּראַכן אין גריכנלאַנד. „קיינער פֿון זיי ווערט נישט אָנערקענט פֿאַר אַ מינאָריטעט־שפּראַך, אַחוץ טערקיש אינים ראַיאָן טרייס [Thrace],‟ האָט מיכאַליס געזאָגט.
אַ מאַפּע פֿון די מינאָריטעט־שפּראַכן אין גריכנלאַנד. „קיינער פֿון זיי ווערט נישט אָנערקענט פֿאַר אַ מינאָריטעט־שפּראַך, אַחוץ טערקיש אינים ראַיאָן טרייס [Thrace],‟ האָט מיכאַליס געזאָגט.

איז די געשיכטע אַזאַ: מיכאַליס גיאַנטיס שטאַמט פֿון אַ שטעטל אין צפֿון־גריכנלאַנד, וווּ עס זענען דאָ קלאָרע סימנים פֿון אַ „לינגװיסטישן גענאָציד‟, האָט ער געזאָגט. זײַן מאַמע־לשון איז אין דער אמתן געווען אַ ווייניק־באַקאַנטע סלאַװישע שפּראַך, װאָס זײַן מאַמע האָט אַליין קינדווײַז גערעדט אין דער היים. מיכאַליס האָט אַפֿילו נישט קיין נאָמען פֿאַר זײַן מאַמע־לשון. ס׳איז אַ דיאַלעקט פֿון מאַקעדאָניש אָדער פֿון בולגאַריש, צי אפֿשר גאָר אַ באַזונדערע שפּראַך.

אָבער צו רעדן אַנדערש װי גרעקיש אין גריכנלאַנד, אַפֿילו בײַ זיך אין דער היים, איז געװאָרן אַ פּאָליטישע פּראָבלעם. אין גריכנלאַנד רופֿט מען דעם צפֿונדיקן טײל לאַנד „מאַקעדאָניע‟, אָבער ס׳איז אױך דאָ אַ לאַנד אױף צפֿון פֿון גריכנלאַנד, וואָס הייסט די מאַקעדאָנישע רעפּובליק. דאָרטן רעדט מען יענע סלאַװישע שפּראַך, װאָס די ריידער פֿון דער שפּראַך רופֿן מאַקעדאָניש, אָבער גריכנלאַנד האַלט, אַז יענער שטח דאַרף געהערן גריכנלאַנד, אַזוי אַז צו רעדן מאַקעדאָניש אין גריכנלאַנד איז צו זײַן נישט קיין אמתדיקער גרעק — מיט איין װאָרט, אַ פֿאַררעטער. 

פּונקט אַזױ װי מע האָט גערעדט װעגן ייִדיש מיט אַ הונדערט יאָר צוריק, זאָגט מען הײַנט װעגן דעם אַז „ס׳איז נישט קיין שפּראַך — ס׳איז סתּם אַ געמיש פֿון טערקיש, גרעקיש, און בולגאַריש.‟ אָבער ביז אין די 1980ער יאָרן האַט מען אין זײַן שטעטל נאָר גערעדט יענע סלאַװישע שפּראַך. װאָסער שפּראַך מע רעדט איז געוויינטלעך זייער אַ פּאָליטישער ענין, אָבער אין די באַלקאַנישע לענדער קען עס ממש זײַן אַ פֿראַגע פֿון לעבן און טױט.

מיטאָג בײַ דער באָבען
מיטאָג בײַ דער באָבען

צפֿון־גריכנלאַנד איז לאַנג געװען אַ געמיש פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער, אָבער צו „העלעניזירן‟ די באַפֿעלקערונג אַזױ װי מע האָט געטאָן אין די צײַטן פֿון די מכּביער האָבן גרעקן אַרױסגעטריבן די אָרטיקע מינאָריטעטן, און די טענדענץ איז געבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג. מיכאַליסעס מאַמע האָט אין דער שולע געמעגט רעדן נאָר גרעקיש, און די תּלמידים װאָס האָבן נישט געפֿאָלגט האָבן באַקומען פּעטש פֿון די לערער. „אין אַמאָליקע צײַטן האָט מען אַפֿילו דערוואַקסענע באַשטראָפֿט פֿאַר רעדן אַ זאַץ אויף מאַקעדאָניש, דורך צווינגען זיי צו עסן פֿישטראָן,‟ האָט מיכאַליס געזאָגט.

די גריכישע רעגירונג האָט, אַ פּנים, מורא געהאַט אַז די סלאַװן אין צפֿון־גריכנלאַנד װעלן גיכער וועלן װערן אַ טײל פֿון בולגאַריע, און אַזױ איז די אָרטיקע סלאַװישע שפּראַך פֿאַרװערט געװאָרן. אָבער, ווי מיר ייִדיש־קענער ווייסן אַליין, װען מע האָט נישט קיין שפּראַך, װי אַזױ קען מען אױפֿהיטן אַ באַזונדערע אידענטיטעט?

אַ טיפּישע לאַנדשאַפֿט אין ניסי, דאָס דאָרף וווּ מיכאַליס׳ מאַמע איז אויפֿגעוואַקסן
אַ טיפּישע לאַנדשאַפֿט אין ניסי, דאָס דאָרף וווּ מיכאַליס׳ מאַמע איז אויפֿגעוואַקסן

די בולגאַרן האַלטן מיכאַליס׳ מאַמע־לשון פֿאַר אַ בולגאַרישן דיאַלעקט, בעת די גריכן אָנערקענען די שפּראַך בכלל נישט. די גריכן טענהן, אַז די מאַקעדאָניער זענען תּמיד געווען גריכן און דערפֿאַר קען זייער שפּראַך נישט זײַן קיין בולגאַרישע, האָט מיכאַליס געזאָגט. בעת אַ רעדע בײַ דער פּאָליגלאָט־קאָנפֿערענץ האָט אַ האָלענדישער לינגװיסט טאַקע איבערגעגעבן דעם גריכישן נוסח פֿון דעם מצבֿ. דערהערנדיק אַזאַ זאַך האָט מיכאַליס זיך נישט געקענט אײַנהאַלטן.

„איר װייסט נישט װעגן װאָס איר רעדט, װײַל איר פֿאַרשטײט נישט דעם װייטיק פֿון אונדזער פֿאָלק!‟ האָט מיכאַליס אויסגערופֿן. „איר װייסט נישט אויף ווי ווײַט מיר האָבן פֿאַרלױרן אונדזערע מנהגים, אונדזער שפּראַך, און איצט אונדזער אייגענע געשיכטע.‟

איך שטעל זיך אַליין פֿאָר װי אַזױ ייִדן וואָלטן רעאַגירט, װען אַ פּראָפֿעסאָר דערקלערט, אַז משה רבינו איז נישט געװען קיין ייִד, נאָר אן עמלקי…

מיכאַליס פֿאַרשטײט גוט װאָס עס מיינט צו זײַן אַ מיטגליד פֿון אַ לינגוויסטישער מינאָריטעט, און טאַקע דערפֿאַר איז ער צוגעצױגן געװאָרן צו ייִדיש. דערצו פֿילט ער אויך אַן עמאָציאָנעלע נאָענטשאַפֿט מיטן לשון. „ייִדיש איז מיר היימיש — האָט ער מיר געזאָגט — װײַל איר האָט אַפֿילו װערטער װאָס איך קען פֿון מײַן אייגענעם פֿאַרלױרענעם מאַמע־לשון. למשל, דאָס װאָרט, ׳זשאַבע‘ פֿאַר פֿראָש האָט מען אין מײַן היימשטעטל אויך געניצט.‟

אַ פּנים דאַרף מען נישט שטאַמען פֿון אַשכּנז, אָדער אַפֿילו זײַן אַ ייִד, צו געפֿינען שיינקייט און היימישקייט אין ייִדיש.