מחוץ דער חסידישער וועלט באַווײַזן זיך הײַנט זעלטן נײַע קינדערביכלעך אויף ייִדיש. אַחוץ די פֿיר גאָר געלונגענע ביכלעך וואָס ווערן אַרויסגעגעבן אין פּוילן דורך דער אָרגאַניזאַציע „טשאָלנט‟ זענען, אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, אין די לעצטע פֿינעף יאָר, בכלל ניט פּובליקירט געוואָרן קיין נײַע אויפֿלאַגעס אויף ייִדיש דורך אַ ניט־חרדישן פֿאַרלאַג, שוין אָפּגערעדט פֿון אַן אָריגינעלן טעקסט.
לעצטנס איז אָבער פֿון שוועדן אָנגעקומען אין רעדאַקציע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ אַן עקזעמפּלאַר פֿון אַ שפּאָגל־נײַעם בוך פֿאַר קינדער. אַזוי ווי די ביכלעך פֿון „טשאָלנט‟ איז דאָס בוך אַ צוויישפּראַכיקס מיטן טעקסט געדרוקט סײַ אויף דער לאַנדשפּראַך, סײַ אינעם ייִדישן אָריגינאַל. דאָס בוך, „באַהעלטערלעך מיט אַלף און בית‟, האָט אָנגעשריבן אידאַ און ניקלאַס אָלניאַנסקי, אַ יונג פּאָרפֿאָלק פֿון לונד, שוועדן, וואָס זענען אפֿשר באַקאַנט דעם „פֿאָרווערטס‟־לייענער אַ דאַנק זייער נאָוואַטאָרישער ייִדיש־שפּראַכליקער „מעטאַל‟־קאַפּעליע „דיבוקים‟. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט אויך עטלעכע יאָר אַרויסגעגעבן אַ ייִדיש־שפּראַכיקן זשורנאַל, „דאָס בלעטעלע‟.
„באַהעלטערלעך מיט אַלף און בית‟ קומט פֿאָר אין אַ ווײַטן אינדזל וווּ עס וווינען „אות־מענטשלעך‟ אין אַנאַנאַסן און אַנדערע פֿרוכטן. במשך פֿונעם בוך לויפֿט אלף נאָך זײַן חבֿר בית בײַם שפּילן זיך אין באַהעלטערלעך. אויף יעדן זײַטל פֿונעם בוך טרעפֿט ער אַ נײַע זאַך, וואָס הייבט זיך אָן מיטן קומענדיקן אות פֿונעם אלף־בית. אַזוי אַרום באַזוכט ער אַ גאַרדעראָב, אַ דאַך, אַ הויף, אַ וואַלד און אַזוי ווײַטער ביזן וואָרט תּמיד. אין אַ סך פֿאַלן עסט ער אָדער שפּילט ער אויך מיט אַן אָביעקט, וואָס הייבט זיך אָן מיטן באַשטימטן אות.
דאָס ביכל, מיט חנעוודיקע אילוסטראַציעס פֿון עמאַ עולאַוּסאָן, איז אַ פּעדאַגאָגישע, וואָס טראָגט מיט זיך דעם ציל צו באַקענען יונגע קינדער מיט די אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף־בית אויף אַ פֿאַרווײַלערישן אופֿן. עס קומט די מחברים אַ ישר־כּוח וואָס זיי זענען מצליח אַליין אָנצושרײַבן און אַרויסצוגעבן אויף דער אייגענער איניציאַטיוו אַ נײַ קינדערביכל אויף מאַמע־לשון. אַ שאָד נאָר, וואָס מע האָט עס ניט בעסער רעדאַקטירט, ווײַל עס געפֿינען זיך אינעם טעקסט עטלעכע שפּראַכליקע גרײַזן און אומפּינקטלעכקייטן, וואָס שטערן בײַם לייענען. לאָמיר האָפֿן, אַז די דאָזיקע גרײַזן וועלן פֿאַרראָכטן ווערן אין אַ קומענדיקער אויפֿלאַגע און אַז „פֿאַרלאַג אָלניאַנסקי־טעקסט HB‟ וועט אַרויסגעבן נאָך אַזעלכע ביכלעך אין דער צוקונפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.