מער ווי פֿופֿציק באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון די בינעקונסטן און דער פּאָליטישער וועלט, ווי אויך אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע טוערס, וועלן זיך פֿאַרזאַמלען דעם 29סטן יאַנואַר אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟ (אין מאַנהעטן), כּדי אין איינעם פֿאָרצולייענען אליעזר וויזלס מײַסטערווערק, Night („נאַכט“).
די אונטערנעמונג, וואָס דער מוזיי שטעלט פֿאָר בשותּפֿות מיט דער פֿאָלקסבינע, וועט אָפּגעבן כּבֿוד סײַ דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־געדענקטאָג דעם 27סטן יאַנואַר, סײַ דעם לעבן פֿון וויזלען, דעם נאָבל־פּרעמירטן און שפֿעדיקן כראָניקער פֿונעם חורבן, וואָס איז אין יולי ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 87 יאָר.
צווישן די באַטייליקטע: דער פֿידלער יצחק פּערלמאַן; דער בראָדוויי־אַקטיאָר דזשאָעל גריי, באַקאַנט פֿאַר זײַן ראָלע ווי דער קאָנפֿעראַנסיע אין דער מיוזיקל־פּיעסע און ־פֿילם „קאַבאַרע“; שעלדאָן האַרניק, דער באַרימטער ליריקער פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך“; און דזשעסיקאַ העכט, וואָס האָט לעצטנס געשפּילט די ראָלע פֿון גאָלדען אין דער נײַער אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער“ אויף בראָדוויי.
אַנדערע פֿאָרלייענערס: דער שטערן פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „פֿרייזשער“, דייוויד הײַד פּירס; די טעלעוויזיע־נײַעס־פּערזענלעכקייט העראַלדאָ ריוועראַ; און דער געוועזענער קאָנעקטיקאָטער סענאַטאָר יוסף ליבערמאַן, אין איינעם מיט זײַן ווײַב הדסה, וואָס איז אַליין אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה.
וויזעלס זון אלישע, וואָס געפֿינט זיך צווישן די באַטייליקטע, האָט זיך אַרויסגעזאָגט אין אַ מעלדונג, אַז „אין אַ צײַט ווען דאָס לאַנד פֿילט זיך אַזוי צעשפּאָלטן, ווען סע פֿליסט איצט אַרום אַזוי פֿיל נעגאַטיווקייט וועגן מענטשן וואָס זענען אַנדערש פֿון אונדז – אַזוינע פֿון אַנדערע עטנישע און רעליגיעזע גרופּעס אָדער אַפֿילו מיט אַנדערע פּאָליטישע שטרעמונגען – זענען די ווערטער פֿון מײַן טאַטן אַ וויכטיקע דערמאָנונג וועגן דער סכּנה פֿונעם צוגאַנג ׳איך קעגן זיי׳.‟
די בילעטן, וואָס זענען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, קען מען רעזערווירן אויף mjhnyc.org. דער מוזיי־טעאַטער נעמט אַרײַן אַרום 400 צוקוקערס, אָבער דער מוזיי האָט געמאָלדן אַז מע וועט אויפֿשטעלן נאָך צימערן מיט עקראַנען כּדי אַרײַנצונעמען אַלע וואָס ווילן בײַזײַן. אַ דירעקטן שטראָם וועט מען קענען זען אויף mjhnyc.org/night.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.