דאָס שווערע לעבן פֿונעם פּאָעט יוסף ראָלניק

The Hard Life of Yiddish Poet Joseph Rolnik

דזשעראָל (שיִע) מאַרקוס
דזשעראָל (שיִע) מאַרקוס

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published January 13, 2017, issue of January 27, 2017.

זון אין מערבֿ זעצט זיך גיך
וואָס דאַרף נאָך אַ מענטש ווי איך?
לידער, קליינע לידער.
(פֿונעם ליד „זון אין מערבֿ”, יוסף ראָלניק)

יוסף ראָלניק האָט געהערט צו דער גרופּע ניו־יאָרקער פּאָעטן, „די יונגע‟, געשאַפֿן אין 1907 ווי אַ רעאַקציע קעגן די „סוועטשאַפּ־פּאָעטן‟ ווי מאָריס ראָזענפֿעלד און מאָריס ווינטשעווסקי.

די נײַע גרופּע האָט מער נישט געוואָלט שטעלן דעם טראָפּ אויף די סאָציאַלע באַדינגען פֿונעם אַרבעטער, נאָר אויף דער עסטעטיק פֿון דער וועלט און פֿונעם לעבן. די „יונגע‟, מיט מאַני לייב ווי דער אָנפֿירנדיקער פּאָעט, האָט זיך געהאַלטן צוזאַמען עטלעכע יאָרצענדליק, אַפֿילו נאָך דעם ווי די מאָדערניסטן, די „אינזיכיסטן‟ האָבן זיך באַוויזן אויף דער בינע.

ראָלניק איז אפֿשר נישט געווען צווישן די הויפּטפֿיגורן פֿון דער באַוועגונג אָבער זײַנע זכרונות, וואָס ער האָט אָנגעהויבן צו דרוקן אינעם זשורנאַל „צוקונפֿט‟ אין 1949, האָבן געגעבן אַ זעלטענעם אַרײַנבליק אין דער ניו־יאָרקער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. אינעם נײַעם באַנד With Rake in Hand, זייער פֿײַן איבערגעזעצט פֿון דזשעראָל (שיִע) מאַרקוס, ווערט אויפֿגעלעבט פֿאַרן לייענער סײַ ראָלניקס לעבן אין דער אַלטער היים אין ווײַסרוסלאַנד, סײַ אין דער נײַער, וווּ ער האָט אַ לענגערע צײַט זיך אָפּגעגעבן מיט פֿאַרקויפֿן צײַטונגען. מאַרקוס האָט פֿריִער איבערגעזעצט דעם פּאָעט ראובֿן אײַזלאַנדס זכרונות, „פֿון אונדזער פֿרילינג‟ און די צוויי בענד צוזאַמען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן צושטײַער צו דער ייִדישער קולטור־געשיכטע.

יוסף ראָלניק איז געבוירן געוואָרן אין 1879 אינעם דאָרף זוכאָוויץ, ווײַסרוסלאַנד. ער האָט זיך געלערנט אין חדר און דערנאָך אין דער מירער ישיבֿה. קיין ניו־יאָרק איז ער אָנגעקומען ווען ער איז אַלט געווען צוואַנציק יאָר. בײַ טאָג האָט ער שווער געהאָרעוועט, און אין אָוונט — זיך באַטייליקט אין דער ליטעראַרישער וועלט.

ווען ער האָט אימיגרירט אין 1899 האָט ער ממש געהונגערט און שווער געאַרבעט פֿאַר פּעניס. נאָך דעם האָט ער געפֿונען אַרבעט ווי אַ צײַטונג־פֿאַרקויפֿער און איז געשטאַנען אין קעלט און היץ ביז ער האָט געפֿונען אַרבעט ווי אַ קאָרעקטאָר אין דער צײַטונג „דער טאָג‟ אין 1915. זײַן געזונט האָט געליטן פֿון דער האָרעוואַניע, און ער האָט פֿאַרבראַכט צײַט אין פֿאַרשיידענע סאַניטאָריעס. איין מאָל ווען ער האָט נישט געהאַט קיין געלט צו באַצאָלן דער סאַניטאָריע האָבן זײַנע ליטעראַרישע חבֿרים אָרגאַניזירט אַן אונטערנעמונג צו זאַמלען געלט פֿאַר אים און דער זאַל איז געווען אַ געפּאַקטער. ס’איז אַרײַנגעקומען גענוג געלט יענעם אָוונט ער זאָל פֿאַרברענגען צען וואָכן אין דער סאַניטאָריע און זיך אויסהיילן.

אין 1901 איז ער צוריקגעפֿאָרן קיין ווײַסרוסלאַנד, מיינענדיק, אַז אַ גרעסערע ירושה וואַרט אויף אים. ס’האָט זיך אַרויסגעלאָזט אַ בוידעם, אָבער ער איז דאָרטן געבליבן ביז 1907, ווען ער האָט זיך אומגעקערט קיין ניו־יאָרק. ווי אַ דאָרפֿס־ייִד האָט ער קיין מאָל נישט באמת זיך אַרײַנגעפּאַסט אינעם רעשיקן ניו־יאָרק, און זײַנע לידער שפּיגלען אָפּ אַזאַ פּשטות. צווישן 1911 און 1948 האָט ער אַרויסגעגעבן זיבן זאַמלונגען לידער און איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1955.

מאַרקוס’ אַרײַנפֿיר צום באַנד גיט צו פֿאַרשטיין ווי צוגעבונדן ראָלניק איז געווען צו זײַנע יונגע יאָרן אין דאָרף. זיי האָבן אינספּירירט זײַן שאַפֿערישקייט אַ גאַנץ לעבן, אָבער דאָס מיינט נישט, אַז זײַן פּאָעזיע האָט זיך נישט אַנטוויקלט בעת די יאָרן, און מאַרקוס האָט געלייענט די קריטיק פֿון יענע יאָרן און פֿלעכט זי אַרײַן אין זײַנע באַמערקונגען. ראָלניקס פּאָעזיע האָט געמאַכט אַ רושם מיט איר לירישקייט, וואָס אַלע קריטיקער האָבן באַמערקט פֿון די ערשטע יאָרן ביז די לעצטע. אָבער וואָס בלײַבט אין זכּרון פֿון די לייענער פֿון דעם בוך With Rake in Hand זענען די סצענעס פֿונעם דאָרף, פֿון די קריגערײַען מיט זײַן משפּחה, און זײַן מוטשען זיך אין אַמעריקע. די ערשטע לידער האָט ער געשריבן אויף העברעיִש, דערנאָך אויף רוסיש און ערשט נאָך דעם אויף ייִדיש. ווי אַ סך שרײַבער פֿון זײַן דור האָט אַ בריוול פֿון י. ל. פּרץ אים געמוטיקט ווײַטער צו שאַפֿן אויף ייִדיש.

אויך די בילדער פֿון דער ליטעראַרישער וועלט אין ניו־יאָרק האָבן טויזנט טעמען: ווי מע פֿלעג זיך טרעפֿן אין רעסטאָראַן אויף איסט־בראָדוויי; ווי מע פֿלעג פֿירלייענען לידער איינער פֿאַרן אַנדערן, און ווען און וווּ די מוזע האָט אים געכאַפּט צו שאַפֿן אַ ליד — אַ מאָל אונטער דער „על‟־באַן, אַמאָל אינעם גערודער פֿון אַ רעסטאָראַן.

כאָטש בטבֿע אַ שטילער און אײַנגעהאַלטענער, האָט ראָלניק אויסגעדריקט אין די לידער זײַן ליבשאַפֿט צו מענטשן, צו געזעלשאַפֿט און צום לעבן בכלל. כּדאַי דערפֿאַר טאַקע צו פֿאַרענדיקן דעם אַרטיקל מיט עטלעכע סטראָפֿעס פֿון זײַן ליד, „איך גיי אַרויס אַנטקעגן‟:

אַז מײַן חבֿר קלאַפּט אָן אין מײַן הויז,
גיי איך אים אַנטקעגן אַרויס.
איך עפֿן פֿאַנאַנדער ברייט די טיר
און זאָג: ביסט אַ גרויסער גאַסט בײַ מיר.

איך זעץ אים אַוועק אויפֿן שענסטן אָרט,
און ליבשאַפֿט, וואָס איך האָב אפֿשר געשפּאָרט
בײַ זיך אין האַרצן פֿון טאָג אויף טאָג,
לייג אים אים אָן אַ פֿולע וואָג.

־־־־־

און ווען ער זעגנט זיך אָפּ מיט מיר,
באַגלייט איך אים צו זײַן סאַמע טיר,
און טראַכט: „ווי לאַנג נאָך איז מיר באַשערט
הערן אים רעדן און פֿון אים ווערן געהערט?”

בקיצור, ווער סע וויל אויסגעפֿינען מער וועגן דעם טאָג־טעכלעכן לעבן פֿון די ניו־יאָרקער ייִדישע פּאָעטן בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט — סײַ אין דער אַלטער היים, סײַ אין דער נײַער — איז די איבערזעצונג פֿון ראָלניקס זכרונות טאַקע דער בעסטער מקור.