װען מען רעדט װעגן „רוסישע ייִדן”, האָט מען כּסדר אין זינען די אשכּנזים, װאָס רוסלאַנד האָט „געירשנט” נאָך די צעטײלונגען פֿון פּױלן סוף 18טן יאָרהונדערט.
אָבער די רוסישע אימפּעריע, װאָס האָט געהאַלטן אין אײן זיך צעשפּרײטן דורך מיליטערישע זיגן, האָט אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט אײַנגענומען דרײַ אַנדערע ייִדישע עדות אױף אירע דרום־מיזרחדיקע ראַנדן: די גרוזינער ייִדן און די באַרג־ייִדן אין די קאַװקאַזישע בערג, און די בוכאַרער ייִדן אין מיטל־אַזיע. יעדע עדה האָט געהאַט אַן אַלטע געשיכטע פֿון צוזאַמענלעבן מיט אָרטיקע באַפֿעלקערונגען און האָט געדאַרפֿט זיך צופּאַסן צו די נײַע באַדינגונגען אונטער דער רוסישער שליטה.
װי עס באַװײַזט די נײַע װאָגיקע פֿאָרשונג, „פֿרײַנד בעל־כּרחו: רוסלאַנד און בוכאַרער ייִדן, 1800–1917”, האָבן דװקא די בוכאַרער ייִדן מער מזל מיט רוסלאַנד אײדער אַלע אַנדערע ייִדישע עדות. אינעם בוך, געשריבן פֿון ד״ר אַלבערט קאַגאַנאָװיטש און אַרויסגעגעבן דורכן מאַניטאָבאַ־אוניװערסיטעט אין קאַנאַדע, לייענט מען, אַז די בוכאַרער ייִדן האָבן פֿריִער געלעבט אונטערן יאָך פֿון די כאַנען און עמירן אין די אַלטע מוסולמענישע מלוכות, און שטאַרק געליטן פֿון װילקיר דיסקרימינאַציע. ייִדן האָבן ניט געטאָרט בױען נײַע און אַפֿילו רעמאָנטירן אַלטע שילן, ייִדישע מענער האָבן געמוזט זיך אונטערגאַרטלען מיט שטריקן און ייִדישע פֿרױען האָבן געמוזט טראָגן אַ לאַטע פֿון אַן אַנדערן קאָליר אױף זײערע קלײדער. ייִדן האָבן געמוזט צאָלן העכערע שטײַערן, און דערצו האָט דער ייִד פֿאַר דעם באַקומען על־פּי־מינהג אַ פּאַטש אין פּנים פֿונעם מוסולמענער אױפֿמאָנער.
לרובֿ זײַנען בוכאַרער ייִדן געװען אָרעמע װעבער און פֿאַרבער, װײַל באַנװל און זײַד זײַנען געװען די װיכטיקסטע פּראָדוקציע פֿון יענע מקומות. בלױז געצײלטע יחידים האָבן זיך דערוועגט צו פֿאַרנעמען זיך מיט מיסחר, װײַל דאָס איז געװען זײער אַ געפֿערלעכע אונטערנעמונג. באַנדיטן האָבן באַראַבאַװעט קאַראַװאַנען מיט סחורה אױפֿן װעג, און אין דער הײם האָבן די אָרטיקע הערשער אָפֿטמאָל צוגענומען האָב־און־גוטס בײַ זײערע רײַכע אונטערטאַנען.
דערפֿאַר האָבן די בוכאַרער ייִדן געקוקט מיט אַ האָפֿענונג קײן צפֿון. רוסלאַנד האָט זײ צוגעזאָגט זיכערקײט מיט בירגערלעכע רעכט און געעפֿנט נײַע עקאָנאָמישע אױסזיכטן.
דער רוסישער מיליטערישער נצחון איבער מיטל־אַזיע האָט זיך אָנגעהױבן אין די 1860ער, אין דער ליבעראַלער תּקופֿה פֿונעם צאַר אַלעקסאַנדער דעם צװײטן. די מיליטערישע קאָמאַנדירן זײַנען געװען פּראַקטישע מענער און האָבן גלײַך דערזען, אַז ייִדן זײַנען זײערע בעסטע העלפֿער צװישן דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. דער ערשטער מיליטערישער גענעראַל־גובערנאַטאָר פֿונעם נײַעם טורקעסטאַנער קאַנט איז געװען דער גענעראַל קאָנסטאַנטין קאַופֿמאַן. ער האָט געשטאַמט פֿונעם עסטרײַכישן אַדלשטאַנד און האָט פֿריִער געהאַט געדינט אין װילנע גלײַך נאָכן פּױלישן אױפֿשטאַנד פֿון 1863–1864. שױן אין װילנע איז זײַן סטראַטעגיע געװען צוציִען ייִדן אױפֿן רוסישן צד קעגן די פּאָליאַקן, און אַזױ האָט ער זיך געפֿירט אױך אין מיטל־אַזיע.
די רוסישע מאַכט האָט אָפּגעשאַפֿן די אוראַלטע איסלאַמישע אַנטי־ייִדישע געזעצן און געעפֿנט פֿאַר די בוכאַרער ייִדן צוטריט צו די ברײטע רוסישע מערק. קאַופֿמאַן האָט אַפֿילו אױסגעפּועלט געװיסע פּריװילעגיעס לגבי װױנרעכט פֿאַר די בוכאַרער ייִדישע סוחרים, װאָס די אשכּנזישע ייִדן האָבן ניט געהאַט. דערצו נאָך האָט די רוסישע מאַכט אַרױסגעטריבן פֿון זײערע מיטל־אַזיאַטישע שטחים די אינדיִער, װאָס זײַנען געװען די הױפּט־קאָנקורענטן פֿון ייִדן אין מיסחר און געלט־געשעפֿטן. די בוכאַרער ייִדן האָבן זיך גלײַך צוגעכאַפּט צו די נײַע מעגלעכקײטן. זײ האָבן עקספּאָרטירט באַנװל קײן רוסלאַנד און צוריקגעבראַכט ביליקע רוסישע שניט־סחורה, װאָס מען האָט ספּעציעל אױסגעפֿאַרטיקט פֿאַרן מיטל־אַזיאַטישן געשמאַק. אין יענער צײַט האָט זיך די טעקסטיל־אינדוסטריע שטורעמדיק אַנטװיקלט אין רוסלאַנד און פּױלן, און די רוסישע רעגירונג האָט געשטיצט דעם עקספּאָרט קײן אַזיע, כּדי צו באַקעמפֿן די קאָנקורענץ מצד ענגלאַנד.
אָבער ניט אַלץ איז געגאַנגען אַזױ גלאַטיק פֿאַר די בוכאַרער ייִדן. קאַגאַנאָװיטש אַנאַליזירט פֿילצאָליקע דאָקומענטן פֿון די אַרכיװן אין רוסלאַנד, אוזבעקיסטאַן און ישׂראל, װאָס דערװײַזן, אַז אין דער רוסישער רעגירונג זײַנען געװען פֿאַרשידענע פּאַרטײען װאָס שײך דעם „ייִדישן ענין”. בעת דאָס מיליטער און דער פֿינאַנץ־מיניסטעריום זײַנען געװען פּראַגמאַטיש און האָבן געהאַלטן, אַז ייִדן זײַנען ניצלעך פֿאַר רוסלאַנד, איז דער אינערן־מיניסטעריום געװען געשטימט קעגן ייִדן. נאָכן מאָרד פֿון אַלעקסאַנדער דעם צװײטן האָט די אָפֿיציעלע פּאָליטיק זיך געביטן. דער נײַער צאַר, אַלעקסאַנדער דער דריטער, איז געװען אַ פֿאַרביסענער רוסישער נאַציאָנאַליסט און אַנטיסעמיט. זײַן שטימונג האָט פֿאַרדראָסן אײניקע הױכע באַאַמטע, אָבער אַזױ אָדער אַנדערש האָבן זײ געמוזט זיך צופּאַסן צו דער נײַער פּאָליטישער ליניע. אין די 1880ער יאָרן האָט די רוסישע רעגירונג פֿאַרשפּרײט די נײַע אַנטי־ייִדישע גזירות אױף אַלע ייִדן פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אַנטיסעמיטיזם איז געװאָרן פּאָפּולער אױך אין די מיליטערישע הױכע פֿענצטער, און האָט דירעקט משפּיע געװען אױף דער פּאָליטיק אינעם טורקעסטאַנער קאַנט. דערבײַ אָבער האָט די אָרטיקע רוסישע אַדמיניסטראַציע צומאָל ניט געפֿאָלגט אַלע נײַע גזירות פֿון פּעטערבורג און שטילערהײט געלאָזט ייִדן צו רו.
אַן אַמאָליקער רײַכער סוחר האָט געשריבן אין 1934 אַז די צאַרישע צײט איז געװען „די גאָלדענע תּקופֿה” פֿאַר בוכאַרער ייִדן. קאַגאַנאָװיטש דערקלערט, אַז להיפּוך צו די אַשכּנזים, זײַנען די בוכאַרער ייִדן ניט געװען פֿאַרטאָן אין דער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג און פֿאַרבליבן בטבֿע געטרײַ דער רוסישער מאַכט. אָבער זײ זײַנען ניט געװען טיף אַסימילירט אין דער רוסישער קולטור און ניט פֿאַרטאָן אין דער רוסישער פּאָליטיק. די אָקטאָבער־רעװאָלוציע איז פֿאַר זײ געװען אַן עקאָנאָמישער חורבן. אַזױ װי די אַלט־געזעסענע ייִדישע עדות אין אַנדערע קאָלאָניאַלע אימפּעריעס, אין דער פֿראַנצױזישער צפֿון־אַפֿריקע און אינעם בריטאַנישן איראַק, האָבן די בוכאַרער ייִדן געצױגן אַ סך נוצן פֿון זײער מצבֿ צװישן דער אָרטיקער מוסולמענער באַפֿעלקערונג און דער קריסטלעכער אײראָפּעיִשער קאָלאָניאַלער מאַכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.