צי שאַפֿט אייראָפּעס צרה מיט דזשיהאַדיסטן מיטגעפֿיל מיט ישׂראל?

Is Europe’s Jihad Problem Generating Empathy Toward Israel?

אַן אימאַזש פֿון דער ישׂראלדיקער פֿאָן אויפֿן בראַנדענבורגער פּלויט אין בערלין
Getty Images
אַן אימאַזש פֿון דער ישׂראלדיקער פֿאָן אויפֿן בראַנדענבורגער פּלויט אין בערלין

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִטאַ)

Published January 15, 2017, issue of January 27, 2017.

לויט עודד ערן — דער געוועזענער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און אַ הויך־ראַנגיקער פֿאָרש־סטיפּענדיאַנט בײַם אינסטיטוט פֿאַר נאַציאָנאַלע זיכערקייט־שטודיעס — איז דאָס געווען „אַ טיפּישע רעאַקציע מצד דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד: באַשולדיקן דעם געליטענעם פֿאַרן אַטאַקירט ווערן“.

מיט צוויי יאָר שפּעטער אָבער האָבן די אייראָפּעיִשע באַאַמטע געהאַט גאָר אַן אַנדער רעאַקציע אויף אַן ענלעכן אַטאַק אין מיזרח־ירושלים, וואָס האָט די פֿאַרגאַנגענע געהרגעט פֿיר ישׂראלישע סאָלדאַטן.

„דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד בראַקירט דעם מאָרד פֿון די פֿיר יונגע ישׂראלים, ווי אויך וואָסער נישט איז לויב אָדער העצע פֿאַר טעראָראַקטן“, האָט דער פֿאַרבאַנד געמאָלדן, אָן צו דערמאָנען (ווי ער האָט עס אין 2014), אַז דער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען אינעם טייל פֿון ירושלים וואָס געפֿינט זיך אין די שטחים. נאָכן איצטיקן אַטאַק האָט מען פּראָיעקטירט די ישׂראלישע פֿאָן אויפֿן בראַנדענבורגער טויער אין בערלין, ווי אויך אינעם פּאַריזער מאַגיסטראַט, אַ סימן אַז יענע לענדער סאָלידאַריזירן זיך מיט דער ייִדישער מדינה. אינעם ראָטערדאַמער מאַגיסטראַט האָט מען געהאָנגען אַ האַלב־אַראָפּגעלאָזטע ישׂראלישע פֿאָן.

פֿאַר ערנען און אַנדערע אָבסערווירערס פֿון די באַציִונגען צווישן מדינת־ישׂראל און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד איז דער בײַט אין צוגאַנג אַ סימן פֿון אַ טיפֿערן פֿאַרשטאַנד צו, און עמפּאַטיע מיט, ישׂראל, וואָרן אייראָפּע האָט שוין אַליין איבערגעלעבט אַ כוואַליע פֿון טעראָריסטישע אַטאַקן זינט 2012.

מיט אַ חודש צוריק איז אַ טעראָריסט, וועמען די איסלאַמישע מדינה האָט אָנגערופֿן אירע אַ „סאָלדאַט“, איבערגעפֿאָרן מיט אַ געגנבֿעטן משׂא־אויטאָ און דערהרגעט עלעף מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַ ישׂראלישן טוריסט, אין אַ ניטל־מאַרק אין בערלין. אַן ענלעכער אַטאַק אין יולי האָט אומגעבראַכט איבער אַכציק נפֿשות אין ניס, פֿראַנקרײַך. קנאַפּע עטלעכע טעג שפּעטער האָט אַן אַפֿגאַנער פֿאַרוווּנדיקט פֿיר מענטשן מיט אַ האַק אויף אַ באַן אין דרום־דײַטשלאַנד. פֿאַר דעם זענען געווען אַנדערע אַטאַקן אין בריסל און פּאַריז.

די ישׂראלדיקע רעגירונג, מיטן פּרעמיער בנימין נתּניהו בתוכם, ציִען כּסדר אַ פּאַראַלעל צווישן די אַטאַקן אין אייראָפּע און אַטאַקן מצד פּאַלעסטינער קעגן ישׂראלים. „די טעראָריסטן האָבן די זעלבע מערדערישע כּוונות“, האָט נתּניהו געזאָגט, „און ס׳איז שוין די העכסטע צײַט אַז די מלוכות זאָלן אָפּוואַרפֿן דעם טעראָריזם קעגן זיך, פּונקט ווי זיי וואַרפֿן אָפּ טעראָריזם אַנדערש וווּ אויף דער וועלט“.

אייראָפּעיִשע פֿירערס הייבן שוין אָן אײַנזען, אַז ער קער זײַן גערעכט. נאָכן אַטאַק אין בערלין האָט דער ד‎ײַטשישער פּרעזידענט יאָאַכים גאַוק געשיקט אַ קאָנדאָלענץ־בריוו זײַן ישׂראלדיקן כּנגד, ראובֿן ריוולין.

אַבֿרהם ניר־פֿעלדקלײַן, פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין בערלין, האָט קאָנסטאַטירט אַז „מיר געפֿינען זיך אַלע פּנים־אל־פּנים מיטן זעלבן טעראָר, פֿון ניס קיין בערלין און ירושלים, אָבער אין איינעם וועלן מיר שטיין קעגן אַל דאָס בייזס און מיר וועלן מנצח זײַן“.

אויף טוויטער האָט דער דײַטשישער אויסלאַנד־מיניסטעריום זיך געטיילט מיט אַ בילד פֿון דער ישׂראלישער פֿאָן אויפֿן בראַנדענבורגער טויער, „אין סאָלידאַריטעט מיט ישׂראל“.

מונאַ דוזדאַר, אַן עסטרײַכישער מלוכה־סעקרעטאַר, האָט זיך אײַנגעשטעלט אַז אייראָפּע האָט תּמיד פֿאַרשטאַנען אַז מדינת־ישׂראל האָט דאָס רעכט זיך אַליין צו פֿאַרטיידיקן, און אַז דאָס אייראָפּעיִשע מיטגעפֿיל באַציט זיך נישט נאָר צו ישׂראל, נאָר צו געליטענע איבער גאָר דער וועלט. נאָר אַפֿילו דוזדאַר, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין עסטרײַך בײַ פּאַלעסטינער טאַטע־מאַמע, און פֿירט אָן מיט דער פּאַלעסטינער עסטרײַכישער געזעלשאַפֿט, האָט אָפּגעוואָרפֿן די טענה מצד די פּראָ־פּאַלעסטינער אַז דאָס איז נישט געווען קיין טעראָריסטישער אַטאַק ווײַל ס׳האָט געטראָפֿן סאָלדאַטן אויף לאַנד וואָס די פּאַלעסטינער פֿאַררעכענען ווי אָקופּירט.

אין בעלגיע, פֿון דער צווייטער זײַט, האָט מען אָפּגעזאָגט דעם פֿלאַם־פֿײַערדיקן אַנטי־ישׂראל קאָלומניסט דיאַב אַבו דזשאַדזשאַ, וואָס האָט אין דער סאָציאַלער מעדיע פֿאַרטיידיקט דעם נײַסטן אַטאַק אין ירושלים. ער האָט שוין יאָרן לאַנג באַרעכטיקט די רציחה קעגן ישׂראלים און אַמעריקאַנער אויף די שפּאַלטן פֿון דער טאָגצײַטונג „דע סטאַנדאַרד“.

פֿונדעסטוועגן קען מען זיך נישט ריכטן אַז די זשעסטן פֿון עמפּאַטיע וועט מען אַריבערפֿירן אויף דער פּאָליטיק פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, לויטן געוועזענעם אַמבאַסאַדאָר ערן. ער האַלט, אַז כאָטש די זשעסטן זענען טאַקע רירנדיקע, וועט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד ווײַטער אָפֿיציעל בלײַבן שטאַרק קריטיש פֿון די ישׂראלדיקע ייִשובֿים און זיך אַקעגנשטעלן קעגן זיי אויף יעדער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע.