דעם זומער וועט צום ערשטן מאָל פֿאָרקומען אַ „געבורטרעכט‟־רײַזע וואָס איז ספּעציעל צוגעפּאַסט פֿאַר די וועגאַנער. Jewish Veg (ייִדישע וועגעטאַריער), אַן אַמעריקאַנער ניט־פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציע וואָס פּריידיקט וועגעטאַריניזם בײַ ייִדן, האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז זי אָרגאַניזירט אַ רײַזע מיט „מעיינות ישראל‟, אַ געזעלשאַפֿט וואָס פֿירט אָן מיט „תּגלית‟־רײַזעס אין דער ייִדישער מדינה.
ביז איך האָב גערעדט מיט דזשעפֿרי כּהן, האָב איך ניט באַטראַכט ווי שווער עס קען זײַן אָנטיילצונעמען אין אַ „געבורטרעכט‟-רײַזע אויב מע טאָר ניט עסן ס׳רובֿ פֿונעם עסן וואָס ס׳ווערט דאָרטן סערווירט. לויט כּהן, איז דער באַשלוס צו סערווירן וועגאַניש עסן נישט בלויז אַן ענין פֿון די רײַזעס אַליין; עס דינט אויך ווי אַן אופֿן ממש צוריקצוברענגען יונגע אַמעריקאַנער ייִדן צו ייִדישקייט.
כּהן האָט איבערגעגעבן, אַז זײַענדיק אַ וועגאַן קען שאַפֿן געוויסע פּראָבלעמען פֿאַר די וואָס ווילן אָנטיילנעמען אין דער ייִדישער קהילה. מע קען אַמאָל ניט געפֿינען קיין פּאַסיקע עסן בײַ ייִדישע פּראָגראַמען און רעליגיעזע אַקטיוויטעטן. דערצו גיט כּהן איבער, אַז אַ סך יונגע וועגאַנער פֿילן זיך אָפּגעפֿרעמדט פֿון ייִדישקייט צוליב דעם וואָס ניט גענוג ראַבינער רעדן וועגן דער באַציִונג מיט די בעלי־חיים אין ליכט פֿונעם אופֿן ווי אַזוי עס ווערט הײַנט דורכגעפֿירט די די אַגריקולטור.
„אַ סך יונגע ייִדישע וועגעטאַריער און וועגאַנער זענען געוואָרן אָפּגעפֿרעמדט פֿון ייִדישקייט ווײַל אונדזערע קהלשע אינסטיטוציעס פֿילן ניט אויס זייערע באַדאַרפֿענישן,‟ האָט כּהן געזאָגט. „אַזאַ רײַזע איז אַן אויסערגעוויינטלעכער אופֿן זיי מקרבֿ צו זײַן.‟
ישׂראל איז דווקא אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר די וועגאַנער צו באַזוכן. די ייִדישע מדינה ווערט באַטראַכט ווי דאָס לאַנד מיטן סאַמע־גרעסטן פּראָפּאָרץ פֿון וועגאַנער אויף דער וועלט — 5%. ס׳איז שווער צו געפֿינען אַן ענלעכן ציפֿער פֿאַר די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע אָבער ס׳איז קלאָר אַז די צאָל וועגאַנער וואַקסט דאָ מחמת עס געפֿינען זיך כּסדר וואָס מער וועגאַנישע רעסטאָראַנען און פּראָדוקטן אין די סופּערמאַרקן.
כּהן האָט די השערה, אַז מער ייִדן קערן זײַן וועגאַנער ווי די אַלגעמיינע באַפֿעלקערונג. „די וועגאַנער זענען געוויינטלעך מער סאָציאַל־פּראָגרעסיוו און מער געבילדעט‟ האָט ער געזאָגט. „צוליב דעם וואָס דאָס שטימט מיט דער דעמאָגראַפֿיק פֿון דער ייִדישער קהילה, האַלטן מיר שטאַרק, אַז דער וועגאַניזם איז מער פּאָפּולער בײַ ייִדן.‟ כּהן גיט אויך דערצו, אַז עס איז גרינגער פֿאַר די וועגאַנער צו האַלטן כּשרות. „מע דאַרף דאָך בלויז איין גאַרניטור טעלער.‟
דורך דער וועגאַנישער „געבורטסרעכט‟־רײַזע האָפֿט כּהן צו לערנען די אַמעריקאַנער ייִדן וועגן דעם אויפֿקום פֿון וועגאַניזם אין ישׂראל און שאַפֿן באַציִונגען צווישן די וועגאַנישע קהילות אין אַמעריקע און דער ייִדישער מדינה. דער רײַזע־פּלאַן ווערט צונויפֿגעשטעלט מיט דער הילף פֿון דער ישׂראלדיקער וועגאַן־אַקטיוויסטקע אורי שבֿיט. אַחוץ די געוויינטלעכע „געבורטסרעכט‟־אַקטיוויטעטן ווי דאָס באַזוכן מצדה, וועלן די גרופּע פֿון 40 וועגאַנער טרעפֿן זיך מיט וועגאַנישע פֿירער אין ישׂראל, באַזוכן פֿאַרמען און עסן אין וועגאַנישע רעסטאָראַנען.
„מיר רעזערווירן 10 פּלעצער פֿאַר ישׂראלים און דאָס איז אַ בכּיוונדיקע זאַך,‟ האָט כּהן געזאָגט. „מיר ווילן שאַפֿן באַציִונגען צווישן די אָנטיילנעמער.‟
די ערשטע רײַזע וועט פֿאָרקומען פֿונעם 13טן ביזן 27סטן אויגוסט. נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: נעמי דייוויס ndavis@jewishveg.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.