ייִדישע רויזנקראַנצן?

Jewish Rosaries?


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 17, 2017, issue of January 27, 2017.

צי מעג אַ ייִד זיך באַנוצן מיט אַ רויזנקראַנץ (rosary)? אָט אַזאַ פֿראַגע האָט בײַ מיר געפֿרעגט אַ באַקאַנטער, וועלכער אינטערעסירט זיך מיט כּלערליי סאָרטן הײַנטצײַטיקע נישט־ייִדישע שיטות פֿון מעדיטאַציעס. אויף געוויסע וועבזײַטן, אַרײַנגערעכנט דעם „אַמאַזאָן‟, ווערן פֿאַרקויפֿט רויזנקראַנצן מיט אַ ייִדישן טעם.

אין נישט־ייִדישע טראַדיציעס, אַרײַנגערעכנט בודיזם, סופֿיזם און מיסטישע שטראָמען פֿון קריסטלעכקייט, איז פֿאַרשפּרייט דער פּשוטער מכשיר מיט קרעלן, וואָס העלפֿט צו ציילן די איבערגעחזרטע תּפֿילות. אין דער ייִדישער וועלט, זענען סופֿי־וואַריאַנטן פֿון אַזעלכע מכשירים געווען באַקאַנט אין אַ טייל מיזרחדיקע לענדער, אַרײַנגערעכנט איראַק. א צאָל פֿירמעס מיט אַ טעם פֿון „ניו־איידזש‟ לייגן פֿאָר ייִדישע רויזנקראַנצן מיט אַ מגן־דוד אָדער אַ „כאַמסאַ‟ אַנשטאָט אַ צלם אינעם צענטער. אין אַ טייל פֿרומע קהילות קאָן אָבער אַזאַ באַצירונג אויסרופֿן אַ שאָק צוליב קאַטוילישע קאָנאָטאַציעס. צי זענען אָבער אין ייִדישקייט פֿאַראַן טראַדיציעס, וווּ אַ רויזנקראַנץ וואָלט געקאָנט טאַקע צו נוץ קומען?

נישט לאַנג צוריק, ווען איך האָב ממלא־מקום געווען די ראָלע פֿונעם רבֿ אין אַ חסידישער שיל, האָב איך דערציילט דעם עולם, אַז ווען מיר זאָגן דעם פּסוק „ה׳ שׂפֿתי תּפֿתּח ופֿי יגיד תּהילתך‟ בײַם דאַוונען שמונה־עשׂרה, מיינט עס על־פּי חסידיות, אַז מיר בעטן דעם אייבערשטן אַליין מתפּלל צו זײַן דורך אונדז. „עפֿן מײַנע ליפּן, רבונו־של־עולם, און מײַן מויל וועט זאָגן דײַן לויב־געזאַנג‟.

הגם אַזאַ אָפּטײַטש פֿונעם באַקאַנטן פּסוק געפֿינט זיך אין קלאַסישע חסידישע ספֿרים, האָבן קריטיש־געשטימטע מתפּללים זיך אָפּגערופֿן, אַז אַזאַ צוגאַנג צום דאַוונען שמעקט, כּלומרשט, מיט פֿרעמדע גוייִשע רעליגיעס. כּלומרשט, מוז מען פּשוט זאָגן צוזאַמען מיטן עולם די נייטיקע ווערטער פֿונעם סידור, כּדי יוצא צו זײַן – און שוין. ס׳איז אמת, אַז אין די אַמאָליקע אַלטע צײַטן פֿלעגן גרויסע בעלי־עבֿודה פֿאַרברענגען אַ שעה אין מיקווה מיט גרויסע כּוונות און דערנאָך געדאַוונט שעהען־לאַנג בהתפּעלות; אין דער הײַנטיקער תּקופֿה באַשטייט אָבער די עיקר־עבֿודה אינעם פֿאָלגן דעם שולחן־ערוך, געבן צדקה און מפֿרנס זײַן די משפּחה. בלויז „משוגעים‟ פֿאַרנעמען זיך הײַנט מיט כּוונות־התּפֿילה.

אין דער אמתן, ווערט די דאָזיקע כּוונה פֿונעם פּסוק „ה׳ שׂפֿתי תּפֿתּח‟ געבראַכט אין די חסידישע ספֿרים דווקא ווי אַ פּשוטע עצה צו אַנטפּלעקן דעם געטלעכן כּוח אין די תּפֿילה־ווערטער. אין פֿאַרגלײַך מיט עקסטרעם קאָמפּליצירטע סידורים, וווּ יעדעס וואָרט איז באַגלייט מיט צענדליקער מיסטישע שמות און טיפֿע קבלה־ענינים, איז גרינג צו האָבן אין זינען, אַז דער רבונו־של־עולם אַליין באַטייליקט זיך אינעם דאַוונען.

אין רוסלאַנד וווינט איינער אַ גלח, אַ פּאָפּולערער בלאָגער, מיטן נאָמען אַנדריי בערמאַן, וועלכער האָט געוווּנען אַ סקאַנדאַליעזע רעפּוטאַציע צוליב לינקע פּאָליטישע נטיות – אַ זעלטנקייט צווישן די גלחים, וואָס זענען, געוויינטלעך, געשטימט קאָנסערוואַטיוו־רעכט. זײַענדיק אַ זון פֿון אַ ייִדישן טאַטן, חבֿרט ער זיך מיט ייִדן און אינטערעסירט זיך מיט קבלה. דעם 6טן יאַנואַר, אַ טאָג פֿאַרן פּראַוואָסלאַוונעם ניטל, האָט ער גאַנץ ריכטיק באַמערקט אויף זײַן „פֿייסבוק‟־זײַט, אַז די מיטסישע פּראַקטיק פֿונעם גרויסן שפּאַנישן מקובל רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיה קלינגט גאַנץ ענלעך צום גריכיש־קריסטלעכן „העזיכאַזם‟; אַ טייל מאָנאַכן דערגרייכן מיסטישע דערפֿאַרונגען דורכן איבערחזרן געוויסע תּפֿילות טויזנטער מאָל אַ טאָג. אַבולעפֿיה באַשרײַבט אין זײַנע ספֿרים ענלעכע פּראַקטישע מעטאָדן, וואָס דערמעגלעכן אַרײַנצופֿאַלן אין אַ נבֿיאיִשן עקסטאַז; ער פֿאַררופֿט זיך אָבער בפֿירוש אויף אַן אַנדער גײַסטיקער טראַדיציע – דער מוסולמענישער סופֿיזם.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, האָט דער קבלה־פֿאָרשער אַבֿי סאָלאָמאָן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַעם מאַטעריאַל אין שײַכות צו זײַנע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון אַבולעפֿיהס מעדיטאַציע־מעטאָדן. אַ זיך־דרייענדיקער קרײַז מיט ייִדישע אותיות און לשון־קודשדיקע ווערטער אויפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן קאָן העלפֿן צו פֿאַרטיפֿן דעם שׂכל אין גײַסטיקע וועלטן, ווי אַ מין „ווירטועלער רויזן־קראַנץ‟.

אין סעפּטעמבער, האָט סאָלאָמאָן פּובליקירט אויף דער אינטערנעץ אַ טייל פֿון זײַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון אַבולעפֿיהס קלאַסישן מעדיטאַציע־ספֿר „אור השׂכל‟. דאָס בוך איז אַרויס אין 2008 און בלײַבט נאָך אַלץ פּאָפּולער; אויף דער אינטערנעץ ווערט עס פֿאַרקויפֿט פֿאַר 100־150 דאָלאַר.

בײַ די סקווערער חסידים איז אָנגענומען דער מינהג, באַגרינדעט אויפֿן סידור פֿונעם באַרימטן מקובל רבי ישעיה הלוי האָראָוויץ, באַקאַנט ווי דער „של״ה־הקדוש‟, לויט וועלכן מע לייענט מוצאי־שבת אַלע מעגלעכע קאָמבינאַציעס פֿון די אותיות אינעם נאָמען „אליהו‟, בסך־הכּל, 120 קאָמבינאַציעס. לויט אַנדערע וואַריאַנטן, פּאָפּולאַריזירט דורכן גרויסן ירושלימער מקובל רבי ישעיה־אָשר־זעליג מרגליות, זאָגט מען אַ ספּעציעלע לאַנגע תּפֿילה; בײַם זאָגן דאַרף מען אין זינען האָבן אַלע צירופֿים פֿון אליהו הנבֿיאס נאָמען. אַ רויזנקראַנץ וואָלט זיכער צו נוץ געקומען אין אַזאַ פֿאַל, אָבער ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז די שטרענגע ירושלימער נטורי־קרתּאניקעס, וואָס מײַדן אויס אַלץ, וואָס שמעקט מיט „גוייִשקייט‟, וואָלטן זיך באַנוצט מיט אַזאַ כּמו־קריסטלעכן מכשיר.

געוויסע טיף־פֿרומע אַמאָליקע חסידים אין מיזרח־אייראָפּע פֿלעגן זאָגן אַ גאַנצן טאָג תּהילים אויף אויסווייניק. בײַם האַקן ביימער אָדער בײַם פֿאַרריכטן שיך, האָבן זיי אויטאָמאַטיש געדאַוונט. צוגעוויינט צו אַזאַ פּראַקטיק, וואָלטן זיי דאָס ווײַטער געטאָן על־פּי טעות אין בית־כּסא. דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסףּ־יצחק שניאורסאָן, האָט באַמערקט, אַז אַפֿילו אין אַזאַ פֿאַל נעמט דער באַשעפֿער אָן תּפֿילות פֿון אַזעלכע חסידים, הגם אויף יענער וועלט וועט מען זיי פֿרעגן, פֿאַרוואָס זיי האָבן נישט געלערנט, ווי געהעריק, די הלכות, ווען מע מעג און ווען מע טאָר נישט דערמאָנען די הייליקע ווערטער.

דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, האָט געציילט אויף זײַנע פֿינגער די 13 געווירצן פֿונעם קטורת, וואָס מע דערמאָנט יעדן טאָג פֿאַר שחרית און מינחה. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז עס אַ מין נאַטירלעכער וואַריאַנט פֿונעם רויזנקראַנץ. צוליב אומקלאָקע סיבות, האָבן די ליובאַוויטשער באַשלאָסן, אַז דאָס איז געווען אַ ספּעציפֿישער מינהג פֿונעם רבין, וואָס פֿאַר אַ פּשוטן מענטש איז נישט כּדאַי איבערצוחזרן.

אַחוץ רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיה, פֿאָדערן אַ סך אַנדערע מעדיטאַציעס איבערצוחזרן געוויסע ווערטער אָדער פֿראַזעס הונדערטער מאָל. על־פּי קבלה, אויב מע חזרט איבער אָן אַ סוף אַ געוויסע משנה, קאָן די נשמה פֿונעם תּנא, וועלכער האָט די דאָזיקע משנה אַנטפּלעקט, אַראָפּקומען אינעם מקובלס מוח ווי אַן אינערלעכער מגיד. פֿאַרשטייט זיך, קאָנען אַזעלכע געניטונגען זײַן סכּנותדיק פֿאַר אַ פּסיכיש־אומסטאַבילן מענטש; די מקובלים אַליין וואָרענען, אַז ווען מע מיינט, אַז מע טרעפֿט זיך מיט „מגיד‟, קאָן עס פּשוט זײַן אַ האַלוצינאַציע. דאָס איבערחזרן אַ געוויסע פֿראַזע טויזנטער מאָל קאָן אַרײַנפֿירן דעם מענטש אין אַ טראַנס און אַפֿילו אַרויסרופֿן אַן עפּיזאָד פֿון פּסיכאָז.

אַזוי צי אַזוי, נישט געקוקט אויף די פּאָטענציעלע סכּנות און דעם מאַרגינאַלן כאַראַקטער פֿון די דערמאָנטע מעדיטאַציע־מעטאָדן, מוז מען זאָגן, אַז אַ רויזנקראַנץ קאָן זײַן נוצלעך אין דער ייִדישער טראַדיציע. ווי געזאָגט, אין די מיזרחדיקע לענדער איז דער סופֿי־וואַריאַנט פֿון אַזאַ מכשיר געווען באַקאַנט בײַ ייִדישע תּהילים־זאָגער. אינעם פּראַקטישן זין, אָבער, וואָלט אַ ייִד מיט אַזאַ דזשימדזשיק אין דער האַנט, אַפֿילו מיט אַ מגן־דוד אינעם צענטער, אין ס׳רובֿ קהילות אויסגעזען אויסטערליש.