די מעקסיקאַנער ייִדן האָבן לאַנצירט אַ טעלעפֿאָנישע הילפֿליניע פֿאַר די וואָס דאַרפֿן שטיצע אינעם פֿאַל פֿון פֿילן זיך ווי מע וויל אַליין נעמען דאָס לעבן, געוואַלד־מעשׂים קעגן משפּחה־מיטגלידער און אַנדערע נויטפֿאַלן. די טעלעפֿאָן־ליניע וועט זײַן צוטרטילעך אַ גאַנץ מעת־לעת.
די „הילפֿליניע 1118‟ איז פֿאַראַכטאָגן געוואָרן אַקטועל. דער „18‟ פֿאַררופֿט זיך, אַוודאי, אויף דער גמטריה פֿון „חי‟ — וואָס מיינט „לעבן‟.
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון „מגן־דוד‟ און די אַשכּנזישע קהילה־צענטערס, אַרבעט 1118 בשותּפֿות מיט די אַנדערע איניציאַטיוון פֿון דער ייִדישער קהילה וואָס באַקעמפֿן די נאַרקאָטיק־אַדיקציע, דעם גוואַלד קעגן משפּחה־מיטגלידער, די באַלעסטיקונג פֿון קינדער, די עסן־שטערונג, דעפּרעסיע און נאָך. דער קהילהס אַמבולאַנס־ און גיך־הילף־דינסט „הצלה‟ איז אויך אַ טייל פֿון דער טעלעפֿאָן־ליניע.
„ס׳זענען פֿריִער געווען אַ סך הילף־מיטלען אָבער דער מענטש וואָס לײַדט פֿון אַ קריזיס האָט ניט געוווּסט, וווּהין זיך צו ווענדן,‟ האָט דערקלערט שלמה טשערעם, דער פּרעזידענט פֿון דער געזעלשאַפֿט „מגן־דוד‟. „דערפֿאַר האָט מען געשאַפֿן די הילפֿליניע.‟
די טעלעפֿאָן־ליניע האָט שוין געענטפֿערט אויף צענדליקער אָנקלונגען. אַ סך פֿון די באַניצער הייבן אָן צו רעדן אַנאָנימערהייט אָבער שפּעטער באַשליסן זיי צו אַנטפּלעקן זייער אידענטיטעט. די אָנפֿירער פֿון „ליניע 1118‟ האַלטן דאָס פֿאַר אַ באַווײַז, אַז די וואָס בעטן הילף האָבן צוטרוי אין דער הילפֿליניע.
אין מעקסיקע וווינען הײַנט אַרום 50,000 ייִדן, די דריט־גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין לאַטײַן־אַמעריקע נאָך אַרגענטינע און בראַזיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.