די ישׂראלים באַקלאָגן זיך אַז וואָס שייך „הסברה”, אַן איידל וואָרט פֿאַר פּראָפּאַגאַנדע, דערלעבן זיי דאָס רובֿ מפּלות. ווי קומט עס? פֿרעגן זיי.
דער ישׂראלדיקער אויסלאַנד־מיניסטעריום באַקלאָגט זיך כּסדר אַז ער באַקומט נישט קיין געהעריקן בודזשעט כּדי ער זאָל קענען פֿירן דעם קאַמף ווי סע דאַרף צו זײַן אויף דעם געביט.
עס בלײַבט נאָר אַ קשיא אויף א מעשׂה: ווי קען מען פֿירן דעם פּראָפּאַגאַנדע־קאַמף אין אויסלאַנד מיט אַמבאַסאַדאָרן וואָס קענען נישט די שפּראַכן פון זייערע אַרבעטס־פּלעצער? איך געדענק נאָך ווי מדינת־ישׂראל האָט געשיקט אַ קונסול קיין ניו־יאָרק, אַ סימפּאַטישער מאַראָקאַנער ייִד, וואָס האָט גערעדט פֿראַנצויזיש/ אָבער מיט ענגליש האָט ער נעבעך געהאַלטן זייער שמאָל.
אפֿשר אויך דערפֿאַר איז שבֿח ווײַס געווען אַן אויסערגעוויינלעכער אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל אין פּוילן. אַ געבוירענער אין פּוילן, האָט ער גוט געקענט די פּוילישע שפּראַך, די פּוילישע קולטור און די פּוילישע מענטאַליטעט.
ס’איז נישט קיין וווּנדער אַז ער איז געווען ממש באַליבט דאָ אין לאַנד. ווײַס איז געווען אומעטום צו זען און צו הערן. ער איז געווען אַ שטענדיקער גאַסט אין אַלע פּוילישע היימען אַ דאַנק זײַנע האַרציקע אויפֿטריטן אין פֿאַרשיידענע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. ווײַס איז געוואָרן אין פּוילן ממש אַ „סטאַר”, א שטערן הייסט עס. קאָסטן האָט ער געקאָסט דער ישׂראלדיקער רעגירונג פּונקט אַזוי פֿיל ווי אַנדערע אַמבאַסאַדאָרן וואָס בײַ זיי איז די צונג געלעגן אין קימפּעט וואָס שייך פּויליש. הכּלל, נישט אַלץ האָט צו טאָן מיטן בודזשעט, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
איצט האָט די פּוילישע רעגירונג מיטן פּרעזידענט אַנדזשיי דודאַ בראש, באַשלאָסן אים צוצוטיילן דעם „ווײַסן אָדלער”, דער עלטסטער און חשובֿסטער פּוילישער אָרדן.
זײַט וויסן אַז דער פּוילישער פּויפּסט, יאַן־פּאַוועל דער צווייטער האָט באַקומען דעם ווײַסן אָדלער אָרדן און לאָמיר אויך נישט פֿאַרגעסן דעם באַרימטן גראַף פּאָטאָצקי, מיט אַן ערך צוויי הונדערט יאָר פֿריִער.
דער וואָרטזאָגער פֿון דער פּרעזידענט-קאַנצלערײַ האָט באַטאָנט אַז שבֿח ווײַס האָט צוגעשטײַערט מער ווי אַלע צו דעם פּאָזיטיוון דיִאַלאָג צווישן פּוילן און ישׂראל, פּאָליאַקן און ייִדן.
אין דער קליינער וואַרשעווער קהילה פֿעלן נישט קיין עסקנים, כּלל־טוערס, רבנים וכדומה. וואָס פֿעלט יאָ? דער ענטפֿער איז אַ פּשוטער: ייִדן. ייִדן פֿעלן. קל וחומר, ייִדישע קינדער.
דערפֿאַר האָבן מיר, קיין עין הרע, כּל המינים געזעלשאַפֿטלעכע איניציאַטיוון וואָס האַלטן אויס, נעבעך, פֿון אסתּר־תּענית ביז פּורים. ווי קענען זיי זיך אַן עצה געבן אַז זיי האָבן נישט קיין בעלנים?
מיט צוויי יאָר צוריק איז אַנשטאַנען אין וואַרשע אַן אַזוי גערופֿענער „קן”, דאָס הייסט נעסט, אָדער ווי זאָגט מען דאָס אין אַמעריקע, אַ צווײַג אָדער ברענטש פֿון „השומר הצעיר”.
דער סאַמע פֿאַקט וואָס די דאָזיקע יוגנט־באַוועגונג עקזיסטירט נאָך הײַנט איז שוין אַ שטיקל דערגרייכונג.
דאָס יונגוואַרג טרעפֿט זיך אינעם בנין פֿונעם „דזשוינט”, אויף דער כמיעלנער גאַס, אין מיטן וואַרשע.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דער „השומר הצעיר” איז אין וואַרשע נישט פֿון הײַנט. די באַוועגונג האָט דאָ אַ גרויסן היסטאָרישן ייִחוס. מרדכי אַנילעוויטש, טאַקע פֿון „השומר הצעיר”, איז געשטאַנען בראש פֿונעם אויפֿשטאַנד אין דער וואַרשעווער געטאָ.
מיר, אַגבֿ, איז אַלעמאָל געווען אַ ביסל מאָדנע צו זען כּל־המינים רעליגיעזע און פּאָליטישע כּלל־טוערס וואָס האָבן מיטן אויפֿשטאַנד גאָר נישט צו טאָן און וואָס קומען יאָר אײַן יאָר אויס אָפּמערקן דעם יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד, בײַ דעם באַרימטן ראַפּאַפּאָרט געטאָ־אויפֿשטאַנד דענקמאָל.
אַז איך האָב נישט קיין טעות זענען אָבער קיין מאָל נישט אײַנגעלאַדן געוואָרן קיין שום יוגנטלעכע פֿון „השומר הצעיר”, די ממשיכים פֿון אַנילעוויטשן.
אצ״י, די צווייטע, רעכטע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט געקעמפֿט אין איינעם מיט אַנילעוויטשן און זײַנע קעמפֿער, ווערט אויך נישט רעפּרעזענטירט אויף די דאָזיקע אַקאַדעמיעס. יוגנטלעכע פֿון דער בית״ר באַוועגונג, די ממשיכים פון אצ״י, זענען אויך נישט אײַנגעלאַדן געוואָרן, אַז איך האָב נישט קיין טעות. אָבער מילא.
די טעג זוכט „השומר הצעיר” אַ יונגן מאַן אָדער אַ יונגע פֿרוי, וואָס זאָל זיך פֿאַרנעמען מיט די קינדער און יוגנטלעכע פֿונעם וואַרשעווער „קן”. פֿאַרשטייט זיך, נישט בחינם.
דער דאָזיקער מענטש וועט דאַרפֿן קאָאָרדינירן די טעטיקײט פֿון די אַזוי גערופֿענע „מדריכים”, שטיין אין פֿאַרבינדונג מיטן וועלטראַט פֿון „השומר הצעיר” אין ישׂראל, צוגרייטן ציוניסטישע פּראָגראַמען אינעם גײַסט פֿון דער „השומר” באַוועגונג וכדומה.
די אַרבעט וועט פֿאַרנעמען דרײַ טעג אַ וואָך.
אַן אייראָפּעיִשער פּאַספּאָרט איז אַ פּלוס. וואָס שייך שפּראַכן איז אַזוי: ענגליש מוז מען קענען, פּויליש און העברעיִש — רעקאָמענדירט.
אָט איז דער בליצפּאָסט־אַדרעס פֿון דעם מענטש וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן דאָזיקן ענין פֿאַר דער “השומר הצעיר” באַוועגונג, דניאל ווענגראָווסקי: danito@hashomer-hatzair.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.