אַ צאָל ישׂראלדיקע רבנים, מיט דער צוהילף פֿון געוויסע פּענסיאָנירטע גענעראַלן, האָבן זיך לעצטנס אַקעגנגעשטעלט דאָס פֿאַרשרײַבן זיך פֿון פֿרויען אין שלאַכטראָלעס — און אפֿשר אַפֿילו דאָס פֿאַרשרײַבן זיך בכלל — צוליב ענינים פֿון צניעות. אין דער זעלבער צײַט, אָבער, האָבן הונדערטער אַמעריקאַנער פֿרומע מיידלעך עולה געווען כּדי צו דינען אין צה״ל, דער ישׂראלדיקער אַרמיי.
לויט אַן אַרטיקל אין דער ישׂראלדיקער נײַעס־וועבזײַט Ynet, האָט זיך דער שטראָם אָנגעהויבן אין 2009, ווען 62 פֿרומע אויסלענדישע פֿרויען האָבן זיך פֿאַרשריבן; אין 2016 האָבן אַזש 322 פֿרומע סאָלדאַטקעס עולה געווען כּדי צו דינען, און אַ הויכע צאָל אַנדערע האָבן נאָך בדעה צו קומען. לויט דער סטאַטיסטיק פֿון צה״ל, זענען שוין 1,732 אָנגעקומען, און דער ציפֿער וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר.
כאָטש בײַ ישׂראלים איז עס אַ חיובֿ צו דינען אין דער אַרמיי (און בײַ אַ טייל — אַן עול), איז עס בײַ דער גרופּע אויסלענדישע מיידלעך דווקא אַ חלום וואָס זיי ווילן מקיים זײַן. איין מיידל, נווה כאַמיידעס, פֿון בראָנקס, נ״י, האָט געזאָגט, אַז זי האָט שטענדיק געהערט וועגן צה״ל אין טאָגשול, אין זומער־לאַגער, אין שיל, געלייענט וועגן זיי אין די נײַעס, געזען ווידעאָס, „אָבער ס׳איז מיר אַלץ געווען פֿרעמד ביז מײַן ערשטן וויזיט אין ישׂראל.‟ דעמאָלט האָט זי דערפֿילט דעם טעם פֿון זײַן כּסדר באַשיצט פֿון די צה״ל־סאָלדאַטן, און דערפֿילט דעם „חיובֿ‟ צו העלפֿן פֿאַרטיידיקן די אײַנוווינערס פֿון ישׂראל.
אַפֿילו מיידלעך וואָס זענען נישט קיין געבוירענע ייִדן זענען אַ טייל פֿון אָט דער באַוועגונג. די 20־יעריקער אורה דזשין, למשל, איז געבוירן געוואָרן אין האַיִטי און האָט זיך, אין איינעם מיט דער מאַמען, מגייר געווען צו פֿערצן יאָר אין אַמעריקע. הײַנט איז זי אַ שומר־שבת, האַלט כּשר און טראָגט נאָר קליידלעך. נאָכן באַטייליקן זיך אין אַ ציוניסטישן סעמינאַר האָט זי גענומען קלערן וועגן עליה.
כאָטש זי האָט שוין געדינט איין יאָר לאַנג אין שירות לאומי (דאָס נאַציאָנאַלע דינסט) האַלט זי אַז דאָס וועט איר נישט קלעקן, און זי פּלאַנירט זיך צו פֿאַרשרײַבן אין דער אַרמיי, וואָס זי האַלט פֿאַרן בעסטן אופֿן צו געבן צו שטײַער, און זיך צוגעוווינען צו, דעם לעבן אין מדינת־ישׂראל.
געוויסע אינסטאַנצן האָבן זי שוין פּרטימדיק אויסגעפֿרעגט, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז זי איז טאַקע אַ ייִד, מסתּמא צוליב איר טונקעלער הויט. ווען זיי זעען איר איבערגעגעבנקייט, פֿאַרשטייען זיי, אַ פּנים, דעם כּוח פֿון איר ציוניזם. אורה האָפֿט צו געפֿינען אַ ישׂראלישן חתן און דאָרט דערציִען קינדער.
די הונדערטער מיידלעך זענען עולה מיט דער הילף פֿון „נפֿש בנפֿש“, דער ייִדישער אַגענטור, דעם „קרן־קימת־לישׂראל“, דעם „משׂרד הקליטה“ (דער מיניסטעריום פֿאַר אימיגראַנטן־אַבסאָרבירונג), און די „פֿרײַנד פֿון צה״ל“ אין אַמעריקע און פּאַנאַמע.
דער פּרעזידענט פֿון „נפֿש בנפֿש“ גיט צו פֿאַרשטיין, אַז די אָרגאַניזאַציע האַלט אָן אַ קשר מיט די אימיגראַנטן, און האָט דערזען אַ פֿאַרגרעסערונג אין דער צאָל פֿרומע מיידלעך וואָס ווילן עולה זײַן און דינען אין אַרמיי. האָט די אָרגאַניזאַציע זיך אונטערגענומען צו העלפֿן די מיידלעך בעסער זיך אײַנגלידערן אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.
דינה פֿעלסענטאַל, אַן 21־יאָריק מיידל פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, האָט געדינט אין דער כּפֿיר־בריגאַדע, און גלײַך דערפֿילט אַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג מיט די אַנדערע סאָלדאַטן אין גרינער אוניפֿאָרעם, ווי אויך די סאָלדאַטן וואָס זענען געפֿאַלן אין שלאַכט טראָגנדיק די מונדירן. „כ׳האָב געוואָלט זײַן אַ טייל פֿון די ריזיקע כּוחות וואָס פֿאַרטיידיקן ישׂראל, אַפֿילו אויב איך אַליין שפּיל גאָר אַ קליינע ראָלע,‟ האָט זי געזאָגט.
„דער הײַנטיקער צה״ל איז אַנדערש ווי ס׳איז געווען אין די 1950ער. דער צה״ל באַציט זיך וואַרעם צו אירע פֿרומע סאָלדאַטן: זיי קענען דאַווענען, דאָס עסן איז כּשר, און מע האָט דרך־ארץ איינס פֿאַרן אַנדערן. די אַרמיי האָט זיך אָנגעטאָן אַ כּוח אַז די פֿרומע פֿרויען זאָלן זיך פֿילן באַקוועמער, און מיר דאַכט זיך, אַז זיי ווילן ווערבירן דווקא מער פֿרומע סאָלדאַטן.‟
פֿעלסענטאַל האַלט, אַז די מיליטערישע סבֿיבֿה האָט בכלל נישט אָפּגעשוואַכט איר פֿרומקייט. „אויב שוין יאָ, האָט עס מיך נאָך מער צוגעבונדן צו ייִדישקייט,‟ האָט דינה געזאָגט. אויף דער באַזע, וווּ זי איז געווען דאָס איינציקע פֿרומע מיידל, האָט זי זיך געחבֿרט מיט מענטשן וואָס זי וואָלט אַנדערש נישט געקענט, און זיך געלערנט וועגן דער ישׂראלדיקער קולטור דורכן שפּאַקטיוו סײַ פֿון סעקולערע סײַ פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדן.
די צוואָנציק־יעריקע מאַיאַ נײַמאַן פֿון ניו־יאָרק זאָרגט זיך דווקא יאָ אַ ביסל וועגן דער נישט־רעליגיעזע סבֿיבֿה, אָבער דאָס האָט זי נישט אָפּגעשטעלט. אין לעצטן סך־הכּל, זאָגט זי, ווענדט עס זיך אין איר אַליין. אויב זי איז גענוג שטאַרק אין איר אייגענער אמונה וועט זי זיך האַלטן.
„אמת, ס׳איז נישט קיין רעליגיעזע סבֿיבֿה — האָט מאַיאַ געזאָגט — אָבער אַ געוויינטלעכער אוניווערסיטעט אין אַמעריקע אָדער אַרבעטפּלאַץ איז אויך נישט קיין פֿרום אָרט. מיט דער צײַט דאַרף יעדער פֿרומער ייִד זיך אויסלערנען ווי זיך אַן עצה צו געבן אין אַ נישט־פֿרומער געזעלשאַפֿט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.