פֿאַראַיאָרן האָט דער קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס לאַנצירט אַ נײַעם אַרכיוו מיט אַן אַמביציעזן ציל — צו ווערן „איינער פֿון די וויכטיקסטע זאַמלונגען פֿונעם ספֿרדישן לעבן‟.
לעצטנס האָט דער ספֿרדישער אַרכיוו בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס צום ערשטן מאָל געקויפֿט אַ ריזיקע זאַמלונג פֿון אַן אַנדער אָרגאַניזאַציע. אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע, האָט דער אַרכיוו איבערגעגעבן, אַז עס האַנדלט זיך וועגן „איינע פֿון די סאַמע וויכטיקסטע זאַמלונגען וואָס מע האָט אַמאָל געשאַפֿן‟ געווידמעט דער געשיכטע פֿון די ספֿרדים אין לאָס־אַנדזשעלעס.
די מאַטעריאַלן, וואָס זענען געווען אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון דער לאָס־אַנדזשעלעסער ספֿרדישער שיל „טעמפּל תּפֿארת־ישׂראל‟, גיבן איבער די געשיכטע פֿון די ייִדן פֿונעם מיטלען־מיזרח, צפֿון־אַפֿריקע און די לענדער לעבן דעם מיטלענדישן ים וואָס זענען אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געקומען קיין קאַליפֿאָרניע. די חפֿצים ווײַזן אויך ווי אַזוי די ספֿרדישע קולטור אין לאָס־אַנדזשעלעס האָט זיך געפֿורעמט און ווי אַזוי די ספֿרדישע ייִדן האָבן באַײַנפֿלוסט די ייִדישע קולטור פֿון דער שטאָט.
צווישן די מאַטעריאַלן געפֿינט מען פֿאָטאָגראַפֿיעס, דאָקומענטן, פֿילמען, קלאַנג־רעקאָרדירונגען און זעלטענע ביכער פֿונעם מיט־19טן יאָרהונדערט ביזן סוף 20סטן יאָרהונדערט. אַ סך פֿון די דאָקומענטן, בריוו און ביכער זענען אויף דזשודעזמאָ.
לכתּחילה וועט דער אַרכיוו זיך פֿאָקוסירן אויף דער אָרטיקער דזשודעזמאָ־רעדנדיקער קהילה, וואָס שטאַמט פֿון טערקײַ און די באַלקאַנישע לענדער. שפּעטער וועט מען פֿאַרברייטערן די גאַמע פֿונעם אַרכיוו, ער זאָל אויך אַרײַננעמען מאַטעריאַלן וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט די ייִדן פֿון צפֿון־אַפֿריקע, איראַן און אַנדערע לענדער אינעם מיטלען־מיזרח.
שׂרה אַברעווײַיאַ שטיין, די דירעקטאָרשע פֿונעם אַרכיוו, האָט באַטאָנט די וויכטיקייט פֿונעם זאַמלען וואָס גיכער די מאַטעריאַלן אין דער קאָלעקציע, ווײַל „(די מאַטעריאַלן) קענען געפֿינען זיך אין אַ ניט־זיכערן אָרט ווי אַ גאַראַדזש אָדער אַן אַנדער פּלאַץ וואָס איז אומפּאַסיק פֿאַרן פּרעזערווירן זיי און ס׳איז דאָ אַ ריזיקע דערפֿאַר, אַז מע וועט זיי פֿאַרלירן אויף אייביק. ס׳איז גאָר שטאַרק וויכטיק, מע זאָל זיי אײַנזאַמלען, פּרעזערווירן און געבן פֿאָרשער און קהילה־מיטגלידער אַ צוטריט צו זיי‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.