פּרשת שמות, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Shmoys, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 19, 2017, issue of January 27, 2017.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר געלייענט אין דער תּורה, ווי יעקבֿ אָבֿינו האָט זיך באַזעצט אין מצרים, צוזאַמען מיט זײַן משפּחה.

אין דער פֿאָריקער פּרשה זענען אַלע 70 מיטגלידער פֿון יעקבֿס משפּחה דערמאָנט געוואָרן בײַם נאָמען. די הײַנטיקע פּרשה הייסט „שמות” און הייבט זיך אָן מיטן דערמאָנען 70 מיטגלידער פֿון יעקבֿס משפּחה, אָבער זייערע נעמען ווערן דווקא נישט דערמאָנט. עס באַקומט זיך, אַז דער נאָמען פֿון דער פּרשה מוז האָבן אַן אינערלעכן באַדײַט, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיט די נעמען פֿון יעקבֿס אייניקלעך.

בײַם אָנהייב, האָבן ייִדן געלעבט רויִק אין מצרים. ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען אָבער אַוועק אויף יענער וועלט, איז צו דער מאַכט געקומען אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט „נישט דערקענט” יוספֿן און האָט גענומען רודפֿן די ייִדן.

אַחוץ דער שווערער שקלאַפֿערײַ, האָט דער מיצרישער קיניג באַפֿוילן מיט עטלעכע דורות שפּעטער צו דערהרגענען אַלע נײַ־געבוירענע ייִדישע ייִנגלעך. פּרעהס טאָכטער — וועלכע האָט לויט דער ייִדישער מסורה געהייסן בתיה — האָט געפֿונען בײַם טײַך אַ ייִנגעלע און אים אָנגערופֿן משה. אין די קומענדיקע פּרשיות וועלן מיר לייענען, ווי אַזוי דאָס ייִנגל האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אינעם גרעסטן ייִדישן נבֿיא, וואָס בראָש מיט אים איז דאָס ייִדישע פֿאָלק אַרויס פֿונעם מיצרישן גלות.

די אָנגענומענע אָנרופֿונגען פֿון די תּורה־סדרות האָבן אַ טיפֿן סימבאָלישן באַדײַט. ווי געזאָגט, הגם אונדזער פּרשה הייבט זיך אָן מיט יעקבֿס קינדער, פֿאָקוסירט זי זיך אויף די אַנדערע פּערסאָנאַזשן מיט גאָר אינטערעסאַנטע נעמען. ס׳איז נישט קלאָר, צי משה איז לכתּחילה אַ מיצרישער אָדער לשון־קודשדיקער נאָמען. אַ טייל מפֿרשים גיבן איבער די מסורה, אַז אויף מיצריש האָט ער געהייסן מוניוס; די דאָזיקע מסורה שטאַמט אָבער, ווי עס זעט אויס, פֿון גריכישע, נישט־ייִדישע קוואַלן. די חז״ל דערמאָנען נאָך אַ גאַנצע ריי משה רבינוס נעמען, אַרײַנגערעכנט יקותיאל און אַבֿיגדור. מסתּמא איז עס אָבער בלויז אַ דרש וועגן משהס טיטלען און מעלות, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיטן געוויינטלעכן נאָמען פֿונעם נבֿיא.

די חסידישע צדיקים באַמערקן, אַז אויב מע לייענט דעם נאָמען „משה‟ אויף קאַפּויער, באַקומט זיך „השם‟. נאָך מער: „משה רבינו‟ בגימטריא איז „ה׳ אלוקי ישׂראל‟, ווי עס דערקלערט דער ראָפּשיצער רבי אין זײַן ספֿר „זרע קודש”.

משה רבינו ווערט אָנגערופֿן אין דער תּורה „איש האלוקים‟. לויט אַ באַקאַנטן מדרש, איז ער געווען „אויף אַ האַלב פֿון אונטן — מענטש, און אויף אַ האַלב פֿון אויבן — געטלעכקייט‟. אַזאַ דערהויבענער קוק אויף זײַן פּערזענלעכקייט איז גאַנץ ייִדישלעך און ווערט כּסדר באַטראַכט אין קבלה און חסידות, הגם מע מוז עס ריכטיק פֿאַרשטיין, כּדי, חלילה, נישט צו פֿאַרגעטלעכן דעם גרויסן נבֿיא אינעם גראָבן מגושמדיקן זין. אַזוי צי אַזוי, באַקומט זיך, אַז אין משה רבינוס נאָמען באַהאַלט זיך ברמז דער פֿאַרשפּרייטער אייפֿעמיזם פֿונעם שם־השם. די הייליקע שכינה האָט גערעדט דורך משה רבינוס מויל, דערפֿאַר האָבן זײַנע דיבורים בלויז פֿון אונטן אויסגעזען ווי געוויינטלעכע מענטשלעכע ווערטער.

די מיצרישע פּרינצעסין בתיה האָט אויך געהייסן אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן. איר נאָמען לייענט זיך ווי „בת־י״ה‟, וואָס מיינט, בוכשטעבלעך, „דעם באַשעפֿערס טאָכטער‟. ווידער זעען מיר אַ דערהויבענעם מיסטישן רמז. אין דער פּרשה „ואתחנן‟, באַטאָנט דער ראָפּשיצער רבי, אַז משה איז ניפֿטר געוואָרן בלויז פֿון דער גשמיותדיקער פּערספּעקטיוו; „פֿון אויבן‟ לעבט זײַן גײַסט אייביק אין נײַע געטלעכע אַנטפּלעקונגען פֿון יעדן דור. די קבלת־התּורה האָט זיך נישט אָפּגעשטעלט בײַם באַרג סיני, נאָר גייט ווײַטער אָן אין די חידושי־התּורה פֿון אמתע צדיקים.

להיפּוך, איז בתיה דווקא נישט ניפֿטר געוואָרן אינעם גשמיותדיקן זין. לויט באַקאַנטע מדרשים און לעגענדעס, האָט זי זוכה געווען אַרײַנצוקומען לעבעדיקייטערהייט אין גן־עדן אָדער גייט נאָך אַלץ אַרום אין אונדזער וועלט. צווישן די מיטגלידער פֿון יעקבֿס משפּחה, איבערגעציילט אין דער פֿאָריקער פּרשה, ווערט דערמאָנט אַן אַנדער אייביקע פֿרוי — יעקבֿס אייניקל, שׂרח בת אָשר. צי מע זאָל מקבל זײַן אַזעלכע לעגענדעס בוכשטעבלעך, צי נישט, באַקומט זיך, אַז פּרעהס טאָכטער, וועלכע האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון איר טאַטנס עבֿודה־זרה און אויפֿגעהאָדעוועט משה ווי אַן אייגענעם זון, סימבאָליזירט די שכינה־אַנטפּלעקונג אין דער גשמיותדיקער וועלט. „פֿון אונטן‟ איז זי אַן אמגעוויינטלעכע פֿרוי מיט הימלישע איבערנאַטירלעכע כּוחות.

ווען משה איז אויפֿגעוואַקסן, האָט דער באַשעפֿער זיך פֿאַר אים אַנטפּלעקט אין אַ ברענענדיקן קוסט, כּדי איבערצוגעבן, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אויסצולייזן ייִדן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ. אַנשטאָט דעם געוויינטלעכן שם־השם, האָט דער אייבערשטער געזאָגט משהן, אַז ער הייסט „אהי״ה אשר אהי״ה‟ – „איך בין, וואָס אין בין‟. לויטן לשון־קודשדיקן דיקדוק, איז דער דאָזיקער נאָמען גובֿר די חילוקים צווישן דעם עבֿר, הײַנט און עתיד. ס׳איז בעצם אַ פּאַראַדאָקסאַלע פֿראַזע. אַנשטאָט צו דערקלערן, אַז ער איז דער אַלמעכטיקער גאָט, וואָס אַנטפּלעקט זיך מיט אַ קאָנקרעטן ציל, זאָגט דער באַשעפֿער, אַז קיין מענטשלעכע דעפֿיניציעס, נעמען און צײַט־קאַטעגאָריעס זענען אויף אים נישט חל.

שטעלט זיך פֿאָר, אַז אַ גאַסט באַווײַזט זיך בײַ עמעצנס טיר; דער בעל־אכסניה פֿרעגט, ווער ער איז, און דער גאַסט ענטפֿערט, אַז „ער איז, וואָס ער איז, וואָס ער איז געווען און וואָס ער וועט זײַן‟. אַזאַ ענטפֿער קאָן זיכער שאַפֿן אַ רעטענישפֿול געפֿיל, אָבער דערקלערן דערקלערט עס גאָרנישט.

ווען משה רבינו האָט דערציילט די ייִדישע זקנים, אַז עס האָט זיך פֿאַר אים אַנטפּלעקט „ער איז, וואָס ער איז‟, האָבן זיי געגלייבט אין דער בשׂורה. להיפּוך, האָט פּרעה נישט געוואָלט זיך צוהערן און זיך אײַנגעעקשנט נאָך ערגער אין זײַן האַרצן. על־פּי פּשט, האָט ער געגלייבט אין זײַנע אָפּגעטער, אָבער נישט געהערט פֿון קיין „ה׳ אלוקי ישׂראל‟; על־פּי חסידות, איז זײַן טענה געווען טיפֿער. ס׳איז גרינג צו גלייבן אין אַ גאָט, וואָס האָט אַמאָל באַשאַפֿן די וועלט און מישט זיך נישט מער אין די מענטשלעכע ענינים. אַפֿילו דער סאַמע פֿאַרביסענער כּופֿר איז נישט בכּוח אָפּצולייקענען אויף זיכער אַזאַ אמונה. ס׳איז אויך גרינג צו גלייבן אין אַ נאַטירלעכן כּוח מיט אַ קאָנקרעטן נאָמען און פּנים.

עס קאָן אַפֿילו זײַן, אַז אויב משה רבינו וואָלט געזאָגט פּרעה אויף אַ גראָבן אופֿן די דערמאָנטע גימטריא־חשבונות, וואָלט ער גרינגער פֿאַרשטאַנען. אויב משה רבינו איז אַליין, חלילה, „ה׳ אלוקי ישראל‟, לאָמיר זיך צוהערן צו אַזאַ מעכטיקן פּערסאָנאַזש. אויב נישט, איז ער אַ קלוגער מנהיג, וועלכער האָט זיך פֿאַרגעטלעכט. אַזאַ געראָטענעם פֿירער איז כּדאַי אויך אויסצוהערן.

אַנשטאָט די דאָזיקע צוויי ווערסיעס פֿון אמונה, האָט משה געזאָגט, אַז ער רעפּרעזענטירט אַ פּאַראַדאָקסאַלן באַשעפֿער, וועלכער רופֿט זיך אַליין „דער פּאַראַדאָקס‟. פֿון אויבן איז בעצם נישטאָ גאָרנישט, אַחוץ דעם אייבערשטן אַליין, „אין עוד בלבֿדו‟; אַפֿילו ער אַליין, משה רבינו, איז בלויז אַ רעפּרעזענטאַציע פֿונעם פּאַראַדאָקסאַלן געטלעכן נאָמען. פֿון אונטן, קאָנען מיר משׂיג זײַן דעם באַשעפֿער בלויז דורך נעמען און סימבאָלן. אין דער אמתן, קאָן די גאולה קומען און דער ים זיך צעשפּאַלטן דווקא ווען דורך אויבערפֿלעכלעכע שמות ווערט אַנטפּלעקט דער איבערשׂכלדיקער אמונה־פּאַראַדאָקס.